מוזיק פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט

Music from a Lost World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

כּדי צו הערן אויסצוגן פֿונעם אַלבאָם זעט:

Album Launch: “Chekhov’s Band” by Jewishmusicinstitute on Mixcloud

זינט דעם אַזוי־גערופֿענעם „אויפֿלעב‟ פֿון דער „קלעזמער‟־מוזיק אין די 1970ער יאָרן האָבן סײַ די מזויק־קריטיקער, סײַ די קלעזמאָרים אַליין אַ סך באַטראַכט די „אויטענטישקייט‟ פֿון דער מוזיק, וואָס זיי האָבן געשפּילט און ווידער פּאָפּולאַריזירט. די נײַע אַמעריקאַנער קלעזמאָרים פֿון די 1970ער יאָרן האָבן פֿאַקטיש געהאַט אַ צוטריט צו בלויז צוויי קוואַלן, פֿון וואַנען זיי האָבן געקענט זיך אויסלערנען די מוזיק: פֿון די דעמאָלט־לעבעדיקע מוזיקער, ווי דער קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס, און די רעקאָרדירונגען פֿון אַזעלכע מוזיקער, ווי נפֿתּלי בראַנדווײַן, אייב שוואַרץ און שלומקע בעקערמאַן, וואָס מע האָט פֿריִער געהאַט געמאַכט אין אַמעריקע. קיין סך קלעזמער־רעקאָרדירונגען, געמאַכט דווקא אין מיזרח־אייראָפּע, זענען ניט געווען בנימצא און די פּאָר עקזיסטירנדיקע זענען ניט געווען ברייט צוטריטלעך. צוליב דעם האָט מען באמת ניט געוווּסט, ווי אַזוי עס האָט געקלונגען די קלעזמער־מוזיק, פֿאַר דעם וואָס זי איז אָנגעקומען אין אַמעריקע.

דער מצבֿ האָט זיך לעצטנס דראַסטיש געביטן, אַ דאַנק דעם נײַעם קאָמפּאַקטל „טשעקאָווס קאַפּעליע‟, וואָס שטעלט פֿאָר 24 קלעזמער־לידער, געשפּילט דורך פּראָפֿעסיאָנעלע קאַפּעליעס, רעקאָרדירט איבער דער לענג און ברייט פֿון מיזרח־אייראָפּע במשך פֿון די יאָרן 1908־1913. דער אַלבאָם, וואָס די פֿירמע Renair האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט, זאַמלט צונויף לידער פֿון פֿאַרשידענע פּלאַטעס, וואָס עס האָט לכתּחילה אַרויסגעלאָזט די פֿירמע „גראַמאַפֿאָן‟, צום מערסטנס, אויף איר מאַרקע (בל עז „לייבל‟) „זאָנאָפֿאָן‟ האַרט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. די אַלע רעקאָרדירונגען ליגן שוין מער ווי הונדערט יאָר אינעם EMI־אַרכיוו אין הייעס, ענגלאַנד, וווּ קיינער האָט זיי דורות־לאַנג ניט געהערט.

פֿאַקטיש האָט מען ביז לעצטנס אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז אַזעלכע רעקאָרדירונגען געפֿינען זיך דאָרטן, ווײַל קיינער האָט ניט קאַטאָלאָגירט די מיליאָנען פּלאַטעס פֿונעם אַרכיוו. אַ דאַנק אָבער דער מי פֿונעם דיסקאָגראַף אַלען קעלי, וואָס האָט אַליין קאַטאַלאָגירט די רעקאָרדירונגען במשך פֿון העכער 40 יאָר, האָט דער עקספּערט פֿון ייִדישער דיסקאָגראַפֿיע מיכאל איילוואַרד געקענט אויסזוכן די ייִדישע רעקאָרדירונגען, וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן אינעם EMI-אַרכיוו.

איילוואַרד האָט טאַקע געפֿונען זייער אַ סך רעקאָרדירונגען, וואָס מע האָט בכלל ניט געהאַט געמיינט, אַז זיי זענען ערגעץ־וווּ נאָך דאָ. פֿאַר דעם, אָבער, וואָס ער האָט געקענט זיך צוהערן צו די רעקאָרדירונגען, האָט ער געדאַרפֿט זיך פֿאַרמעסטן מיטן EMI-אַרכיוו, וואָס האָט אַרויפֿגעלייגט שווערע תּקנות אויף דעם, ווי אַזוי מע מעג דיגיטאַליזירן די רעקאָרדירונגען. נאָך יאָרן פֿון פֿאַרשפּעטיקונגען, איז דער פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן און אַרויסלאָזן די רעקאָרדירונגען רעאַליזירט געוואָרן, אַ דאַנק דעם פּראָדוצענט דזשוליען פֿוטער, וואָס האָט געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיטן אַרכיוו, און דערמעגלעכט זײַן פֿירמע Renair אַרויסצולאָזן די רעקאָרדירונגען.