מקום־מיקלט פֿאַר געשלאָגענע פֿרומע ווײַבער אין ישׂראל

A Safe Place for Battered Orthodox Women in Israel

Courtesy of Bat Melech

פֿון דבֿורה מײַערס (ייִט״אַ)

Published October 23, 2015, issue of November 13, 2015.

מיט צוואַנציק יאָר צוריק, אין ירושלים, איז אַ יונגע פֿרוי, מיט אַ קינד אין וועגעלע, אַרײַנגעקומען אינעם ביוראָ פֿונעם דיין, נח קאָרמאַן, און אים געבעטן, ער זאָל זי פֿאַרטיידיקן פֿאַרן בית־דין בעת איר גט.

ווען ער האָט זי געפֿרעגט, וווּ זי וווינט, האָט זי נישט געוווּסט וואָס צו זאָגן, ווײַל מיט צוויי וואָכן פֿריִער איז זי געהאַט אַנטלאָפֿן פֿון איר מאַן, וואָס האָט זי אָפֿט געשלאָגן. זי האָט געהאָפֿט אײַנצושטיין בײַ טאַטע־מאַמע, אָבער איר מאַמע האָט איר געהייסן צוריקגיין צום מאַן. אַ סאָציאַלער אַרבעטער האָט איר געעצהט צו גיין אין אַ מקום־מיקלט פֿאַר געשלאָגענע ווײַבער, אָבער זי האָט דאָרט נישט געקענט בלײַבן, ווײַל מע האָט נישט געהיט שבת אָדער געהאַט כּשר עסן פֿאַר איר משפּחה. איז זי „אײַנגעשטאַנען‟ אין פֿאַרשידענע האָטעל־פּאַרטערן איבער ירושלים.

„כ׳בין געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט קאָרמאַן געזאָגט. „מיר האָט זיך געדאַכט, אַז געשלאָגענע פֿרומע פֿרויען האָבן אַן אָרט וווּהין צו גיין, פּונקט ווי די סעקולערע פֿרויען.‟

צום סוף, האָט ער געפֿונען אַן עלטערע פֿרוי, וואָס האָט געזוכט אַ געהילף אין שטוב, האָט די פֿרוי מיטן קינד זיך אַרײַנגעצויגן אין איר דירה, בעת קאָרמאַן האָט איר געהאָלפֿן מיטן גט. ער האָט אויך אָנגעהויבן באַזוכן די סעקולערע אַזילן פֿאַר געשלאָגענע פֿרויען איבערן לאַנד (2 פֿאַר אַראַבישע פֿרויען, און 10 פֿאַר ייִדישע ישׂראלים) און ס׳האָט געמאַכט אויף אים אַ טיפֿן אײַנדרוק, וואָס די ערטער האָבן נישט בלויז אויסבאַהאַלטן די פֿרויען, אָבער זיי געגעבן לעגאַלע שטיצע און געהאָלפֿן זיי זיך אויסהיילן פֿון זייערע פֿיזישע און גײַסטיקע וווּנדן.

אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן „בת־מלך‟ — די איינציקע נעץ פֿון אַזילן פֿאַר פֿרומע פֿרויען, וואָס זייערע מענער שלאָגן זיי. „בת־מלך‟, וואָס האָט הײַנט צוויי לאָקאַלן — איינער אין ירושלים, און אַ צווייטער אין צענטראַל־ישׂראל, האָט שוין באַדינט טויזנט פֿרויען און 4,500 קינדער. די ישׂראלדיקע רעגירונג באַצאָלט בערך אַ העלפֿט פֿון די הוצאות פֿון „בת־מלך‟, און דאָס איבעריקע דאַרף מען זאַמלען פֿון פּריוואַטע קוואַלן.