ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אַ לעקציע אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה װעגן איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם

מיטװאָך, דעם 21סטן אָקטאָבער, האָט דער זשורנאַליסט און פֿאָרשער כוליאַן שװינדלערמאַן געהאַלטן אַ לעקציע אין דער בוענאָס־אורעסער קהילה װעגן איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם. אין זײַן װאָרט האָט ער אַנאַליזירט דעם אָפּמאַך מיט די װעלט־פּאָטענצן, און װאָס מיינט דאָס פֿאַר ישׂראל און פֿאַרן גאַנצן ראַיאָן. ער האָט פֿאַרגלײַכט דעם מצבֿ ערבֿ דער צװייטער װעלט־מלחמה און זײַנע אויספֿירן זײַנען ניט געװען קיין אָפּטימיסטישע. אויך די באַציִונגען צװישן סיריע און רוסלאַנד שטייען אויפֿן טאָג־אָרדענונג און דאַרפֿן גענומען װערן אין באַטראַכט, פּונקט װי די „אינטיפֿאַדע‟, װאָס לויערט אויף דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג מיט מעסערשטעך.

טרעפֿונג מיט דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין דורית שבֿיט

די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין דורית שבֿיט, האָט דינסטיק, דעם 20סטן, געהאַלטן אַ לעקציע אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע װעגן דער איצטיקער לאַגע אין ישׂראַל. דער עולם האָט געהאַט די מעגלעכקייט צו שטעלן פֿראַגעס, װאָס די אַמבאַסאַדאָרין האָט אויף זיי ברייט געענטפֿערט. זי האָט באַרויִקט די אָנװעזנדיקע און געװאָרנט, אַז אָט די סיטואַציע װעט זיך לאַנג שלעפּן, אָבער אַז די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג איז רויִק און שטייט אויף דער װאַך. אויך האָבן אָנטיילגענומען אין דעם שמועס אַנדערע ישׂראלים, װאָס זײַנען באַשעפֿטיקט אויף פֿאַרשיידענע פֿעלדער אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.

מאָנטעװידעאָ: אַ סעמינאַר פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור

אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, איז דורכגעפֿירט געװאָרן דעם 12טן און 13טן אָקטאָבער אַ סעמינאַר פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור מיט דער באַטייליקונג פֿון דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװאָ און דער ישׂראַלדיקער זינגערין מאַרינאַ יאַקובאָװיטש. עס האָט עס אָרגאַניזירט די גרופּע „מאַמע־לשון‟ און די קהילה אין מאָנטעװידעאָ מיט דער שטיצע פֿון דעם װילנער ייִדיש־צענטער, װאָס דער ייִדישער װעלט־קאָנגרעס האָט געשאַפֿן מיטן ציל צו סטימולירן דעם לימוד פֿון ייִדיש און פֿאַראינטערעסירן דעם עולם מיט דער ייִדישער קולטור. בײַ אַ פֿולן זאַל האָט דער עולם גענאָסן פֿון די לעקציעס און קאָנצערטן, און ממש געפֿאָדערט נאָך אַזעלכע אונטערנעמונגען.