ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער פֿילם „אַ װיזע צום גן־עדן‟, לכּבֿוד מעקסיקאַנער אַמבאַסאַדאָר און ייִדן־רעטער

אין דער אַמבאַסאַדע פֿון מעקסיקע אין אַרגענטינע איז דינסטיק, דעם 20סטן אָקטאָבער, געװיזן געװאָרן דער פֿילם „אַ װיזע צום גן־עדן‟, װאָס ליליאַן ליבערמאַן האָט געמאַכט לכּבֿוד זשילבערטאָ באָסקעס, מעקסיקאַנער קאָנסול אין פֿראַנקרײַך צװישן 1939 און 1944.

באָסקעס האָט פֿאַרטיילט װיזעס צו טויזנטער רעפּובליקאַנער, ייִדן, פֿראַנצויזן, לבֿנונער, איטאַליענער און פֿיל אַנדערע, װאָס זײַנען געװען פֿאַרפֿאָלגט דורכן נאַציזם. באָסקעס איז געװען אין קאָנטאַקט מיט שינדלערן און איז אַרעסטירט געװאָרן צוזאַמען מיט זײַן משפּחה פֿון דער „געסטאַפּאָ‟. מיטגעהאָלפֿן אין דער אָרגאַניזאַציע פֿונעם אָװנט האָבן די „דאַיאַ‟, די אַמבאַסאַדע פֿון דער שװייץ און דער פֿאַראיין פֿון פֿרויען און מענער פֿון אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן אין אַרגענטינע. דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער האָט באַדאַנקט די אָנװעזנדיקע, צװישן װעלכע עס האָבן זיך געפֿונען די אַמבאַסאַדאָרן פֿון אַ צען לענדער, און אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט פֿון אַזעלכע צוזאַמענקומען. באָסקעס אייניקל, האַנס פּעטער מאָק, אַמבאַסאַדאָר פֿון דער שװייץ, האָט אויך באַגריסט דעם עולם מיט רירנדיקע װערטער.

„אָרט‟ און די „צדקה־פֿונדאַציע‟ — באַלוינט פֿון „דאַיאַ‟

די טעכנישע שול „אָרט‟ און די „צדקה־פֿונדאַציע‟ זײַנען אויסגעצייכנט געװאָרן דורך דער „דאַיאַ‟, מאָנטיק דעם 19טן אָקטאָבער, פֿאַר זייער אַרבעט לטובֿת דעם כּלל און זייער בײַטראָג פֿאַר די טעטיקייטן פֿון דער אינסטיטוציע. פֿאָרשטייער פֿון די דרײַ אינסטיטוציעס האָבן אויך אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך פֿאַר קומענדיקע געמיינזאַמע אונטערנעמונגען.