די שאַפֿערישע מוזיקער פּאָלינאַ און מערלין שעפּהערד

Polina and Merlin Shepherd: Refreshing Creativity

פּאָלינאַ און מערלין שעפּהערד
פּאָלינאַ און מערלין שעפּהערד

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published October 23, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ווי אַ סאָלאָ־אַרטיסט האָט פּאָלינאַ שעפּהערד אַרויסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל „מיט דרײַ יאָרהונדערט צוריק‟ [Three Centuries Ago] אין 2014. די רעקאָרדירונג נעמט אַרײַן סײַ ייִדישע, סײַ רוסישע לידער. די ייִדישע לידער באַשטייען פֿון טעקסטן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע מיט אירע אָריגינעלע מעלאָדיעס. צו די רוסישע לידער האָט זי געשאַפֿן סײַ די מוזיק, סײַ די ווערטער. די ייִדישע ווערטער האָט שעפּהערד גענומען פֿון כּלערליי מקורים: צו דוד איינהאָרנס באַקאַנט ליד „בעריאָזקע‟, האָט זי קאָמפּאָנירט אַ נײַעם רירנדיקן ניגון; צום סאָוועטיש־ייִדישן פּאָעט אָשר שוואַרצמאַנס ליד „נאַכט באַהויערט‟ האָט זי געשאַפֿן אַ פֿאָלקישע מעלאָדיע מיט אַ צוזינג פֿון „יאַ־באַ־באַ־בײַ‟. און צום פֿאָלקסליד, „דו ביסט מײַן האַרץ‟, האָט זי אויך געשאַפֿן אַ נײַע מעלאָדיע מיט אַ האָראַ־ריטעם.

מערלין שעפּהערד באַגלייט די לידער אויפֿן סאַקסאָפֿאָן אָדער קלאַרנעט. אינעם שטיקעלע „אַײַ־אײַ־אײַ‟ הערט מען אַן אינסטרומענט, וואָס מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט אין דער קלעזמער־מוזיק — אַ דודקע, געשפּילט פֿון ראָהאַן קריוואַטשעק. „אַײַ־אײַ־אײַ‟, איז אַ נײַן־מינוטיקע אימפּראָוויזאַציע צווישן פּאָלינאַ שעפּהערדס קול און פּיאַנע, מערלין שעפּהערדס סאַקסאָפֿאָן און דער דודקע. די אַראַנזשירונג איז סײַ פֿאָלקיש, סײַ דזשעזיש, און צוליב דער דודקע קלינגט די מוזיק אַמאָל טאַקע גאָר אַלט, אַפֿילו פּרימיטיוו. ווי אַ צוגאָב צו די רוסישע און ייִדישע לידער, ווײַזט פּאָלינאַ שעפּהערד אירע חזנישע פֿעיִקייטן מיט איר אויסטײַטש פֿון דער תּפֿילה „אָבֿינו מלכּנו‟. איר קול צייכנט זיך אויס מיט זײַן שטאַרקייט און געפֿיל סײַ בײַ די רוסישע, סײַ בײַ די ייִדישע לידער.

מיט פֿיר יאָר צוריק האָט דאָס שעפּהערד פּאָרל אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג נײַע קאָמפּאַזיציעס און לידער, וואָס הייסט „אַ גרעזל‟ [A Blade of Grass]. פּאָלינאַ איז אינספּירירט געוואָרן פֿון רבי נחמן בראַסלאָווערס ווערטער, „יעדעס גרעזל האָט זײַן אייגענע מעלאָדיע, און פֿון דעם ווערט געשאַפֿן דעם פּאַסטוכס לידער‟ (אַ ווערטערשפּיל, ווײַל פּאַסטוך אויף ענגליש איז „שעפּהערד‟). די רעקאָרדירונג שטעלט דעם טראָפּ אויף פּאָלינאַס נײַע שאַפֿונגען מיט אַ גײַסטיקן אינהאַלט, אָבער מען קען אויך הערן ייִדישע און רוסישע לידער פֿון פּאָלינאַ שעפּהערד, און מוזיקאַלישע שאַפֿונגען פֿון מערלין שעפּהערד, געשפּילט אויף זײַן קלאַרנעט.

אויף דער הילע פֿונעם קאָמפּאַקטל „דאָס גרעזל‟ שטייט, אַז מע קען הערן אין דער מוזיק אויף דער רעקאָרדירונג די השפּעות פֿון טערקײַ, רוסלאַנד, דעם תּחום־המושבֿ און טאַטאַרסטאַן, דאָס געבוירן־לאַנד פֿון פּאָלינאַ. איך בין נישט באַקאַנט מיט דער מוזיק פֿון טאַטאַרסטאַן, אָבער איך וואָלט געטראָפֿן, אַז אינעם קול פֿון דער זינגערין, הערט מען אַ ביסל בכּיוונדיקע „ווילדקייט‟, וואָס דערמאָנט, לויט מײַנע אויערן, אין די טאָטערן.

דרײַ לידער אויף ייִדיש זענען איבערזעצונגען פֿון „תּהילים‟ און איינס — מיט די ווערטער פֿון אַ תּפֿילה. מערלין שפּילט מיטן עכטן קנייטש און קרעכץ און באַגלייט פּאָלינאַס חזניש „טאָטאַריש‟ קול. אַלע מאָל איז גוט צו הערן נײַע לידער אויף ייִדיש און נײַע מעלאָדיעס, און די רעקאָרדירונגען פֿון די שעפּהערדס איז אָנגעפּיקעוועט מיט פֿרישע און נאָוואַטאָרישע שאַפֿונגען; אַ פֿײַנער בײַשטײַער צו דער ייִדישער קולטור.