עולה־רגל זײַן נוסח ניו־יאָרק

Pilgrimage New-York Style

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 25, 2015, issue of November 13, 2015.

דאָס בוך „אַ חוש פֿאַר ריכטונג‟
דאָס בוך „אַ חוש פֿאַר ריכטונג‟

יעדע קולטור האָט אײגענע געדענק־ערטער, װאָס מען קומט צו באַזוכן פֿון נאָענטע און װײַטע עקן פֿון דער װעלט. אָפֿטמאָל פֿאַרמאָגן די דאָזיקע ערטער אַ רעליגיעזן חשיבֿות: קבֿרים פֿון צדיקים, קריסטלעכע הײליקײטן, די „קאַאַבאַ‟־שטײן אין מעקאַ פֿאַר מוסולמענער. דאָס עולה־רגל זײַן צו די דאָזיקע מאָנומענטן איז אַ מיטל צו פֿאַרשטאַרקן די אײגענע אמונה, צו פֿילן זיך אַ מיטגליד אין אַ ציבור, און צו װײַזן דער גאַנצער װעלט דעם כּוח פֿונעם רעליגיעזן גלױבן.

דער יונגער אַמעריקאַנער מחבר גדעון ליויִס־קראַוס האָט דורכגעמאַכט אַזש דרײַ פֿאַרשידענע עולה־רגל־מאַרשרוטן. ער איז געגאַנגען צו פֿוס עטלעכע הונדערט קילאָמעטער פּאַזע דעם האַרבן באַרגיקן װעג צו דעם שפּאַנישן קלױסטער סאַנט־יאַגאָ־דע־קאָמפּאָסטעלאַ; ער האָט באַזוכט די טעמפּלען אױפֿן יאַפּאַנישן אינדזל שיקאָקו, און צום שלוס, האָט ער זיך געלאָזט קײן אומאַן אױף ראָש־השנה צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער און ברודער. אין צװישן האָט ער פֿאַרבראַכט צײַט אין בערלין און שאַנכײַ. פֿון דער דאָזיקער דערפֿאַרונג איז אַרױס זײַן בוך „אַ חוש פֿאַר ריכטונג‟.

די לעבנס־געשיכטע פֿון דעם בוכס העלד (ווי ווײַט איז די גאַנצע מעשׂה אױטאָביאָגראַפֿיש בלײַבט ניט קלאָר) איז ניט אין גאַנצן אַ געװײנטלעכע. זײַנע טאַטע־מאַמע זײַנען בײדע ראַבײַס, אָבער זײ האָבן דערצױגן זײערע זין אָן דעם רעליגיעזן צװאַנג. װען דער דערצײלער איז געװען נײַנצן יאָר אַלט, האָט אים זײַן טאַטע אַנטפּלעקט, אַז ער (דער טאַטע) איז אַ האָמאָסעקסואַליסט. דער טאַטע האָט פֿאַרלאָזט די משפּחה, כּדי צו לעבן מיט זײַן חבֿר, בעת גדעון איז אַװעק צו „זוכן זיך‟ און זײַן אָרט אין דעם לעבן. דער סוד פֿון דעם טאַטנס געשלעכט־אידענטיטעט דינט װי אַ כּוח־הפּועל, װאָס טרײַבט זײַנע זוכונגען און דערמיט אױך דעם סיפּור־המעשׂה פֿון זײַן בוך.

„אַ חוש פֿאַר ריכטונג‟ קאָן מאַכן אַ פֿאַרשידענעם רושם, אָפּהענגיק פֿון דעם, װי מען לײענט עס. אױב מען האַלט עס פֿאַר אַן עכטן רײַזע־בוך, װעט עס אױסזען צומאָל נאַיִװ, צומאָל עגאָצענטריש, צומאָל נודנע. דער מחבר האָט אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד פֿאַר די קולטורן פֿון די לענדער, װוּ ער װאַנדערט, ער רעדט ניט קײן שפּאַניש, ניט קײן יאַפּאַניש און ניט קײן אוקראַיִניש. אָבער װען מען לײענט זײַן בוך װי אַ מין סאַטירע אױף אַמעריקאַנער ייִדן, בפֿרט אױף דער יונגער ניו־יאָרקער ייִדישער אינטעליגענץ, דעמאָלט האָט מען אַ סך הנאָה פֿון זײַן װײכן הומאָר און שאַרפֿע אָבסערװאַציעס.