ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published October 26, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

120 יאָר ייִדישער דערציִונג

דער פֿאַראײניקטער ראַט פֿאַר ייִדישער דערציִונג אין װיקטאָריע האָט אַרױסגעלאָזט אַ נײַ בוך װעגן זײַן 120־יאָריקער געשיכטע. דער ראַט פֿירט אָן מיט קלאַסן אין דער ייִדישער רעליגיע און העברעיִשער שפּראַך, װעלכע קומען פֿאָר אין עפֿנטלעכע שולן פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון פֿינף ביז זעכצן יאָר. דער ראַט פֿירט אָן מיט דערציִערישע לאַגערן פֿאַר זײַנע תּלמידים און תּלמידות, און גרײט צו תּלמידות צו בת־מיצװה.

פֿרײַ־װיליקע אַרבעטערין אָנערקענט פֿון דער שטאַט װיקטאָריע

מאַשע זשעלעזניקאָװ
מאַשע זשעלעזניקאָװ

דער שטאַט װיקטאָריע האָט לעצטנס אָנערקענט די פֿרײַ־װיליקע לאַנג־יאָריקע אַרבעט פֿון פֿרױ מאַשע זשעלעזניקאָװ לטובֿת דעם ייִדישן הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע. זי איז אָנערקענט געװאָרן װי אַן עלטערער בירגער מיט פֿיל דערגרײכונגען. זי איז שױן לאַנג אָנערקענט געװאָרן פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג פֿאַר איר װױלטעטיקער אַרבעט מיט אַ מעדאַל פֿון דעם אױסטראַליע־אָרדן.

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס טאַדלען דעם „יונעסקאָ‟־באַשלוס װעגן כּותל־מערבֿי

אָנפֿירער פֿון פֿיל אױסטראַליש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און לאָקאַלע קהילות האָבן געטאַדלט דעם באַשלוס פֿון „יונעסקאָ‟ צו באַטראַכטן דעם כּותל־מערבֿי װי אַ טײל פֿונעם מעטשעט, װאָס געפֿינט זיך אױפֿן הר־הבית אָן צו דערמאָנען זײַן ראָלע אין דעם ייִדישן לעבן און אין דער ייִדישער געשיכטע. די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ האָט אױסגעדריקט די זאָרג, אַז דער באַשלוס װעט „אומהײמלעך באַשעדיקן“ די באַציִונגען צװישן ייִדן און מוסולמענער, און װעט „װײַטער באַשעדיקן די מעגלעכקײט פֿון אַ דיאַלאָג און שלום”.


* וועטשערינקע — אַ קליינע וועטשערע