ס׳איז שװער צו שרײַבן, װען צו דײַן שלאָף־אַרטעריע איז צוגעשטעלט אַ קלינגל פֿון אַ מעסער. ס׳איז ניט בלויז שװער און ניט אָנגענעם, נאָר דאָס קאַלטע אײַזן װאַרפֿט אָן אַ קדמונישן פּחד און פּאַראַליזירט די אבֿרים.
װײַזט אױס, אַז אַזױ זײַנען מיר, ייִדן, געבױט — שטענדיק און אומעטום זוכן מיר אַ קאָנטראַסט, אַזאַ מין גײַסטלעכן אַנטאָנים, אַ קעגנגעװיכט צו די אױסערלעכע און אינערלעכע געשעענישן, בפֿרט אַ קעגנגעװיכט צו די צרות, װײַל מע דאַרף זײַן אין גאַנצן פֿאַרטשאַדעט, כּדי צו זוכן אַ קאָנטראַסט צו אַ שׂימחה. און אַ שׂימחה, װי איך פֿאַרשטײ, מוז ניט אומבאַדינגט זײַן באַגלײט מיט אַ װילדן פֿרײלעכס־טענצל; פֿאַר אַ שׂימחה איז דאָך גענוג אַ ביסל שטילקײט און שלװה, אַז די נשמה זאָל אָנקװעלן. און אױב מע האָט דערצו אַ שטיקל נחת אין די קינדער, איז דאָס שױן מער װי אַ שׂימחה — ס׳איז אַ יום־טובֿ.
איך װאָלט זיך ניט מטריח געװען און ניט געשריבן װעגן די־אָ גאָר פֿאַרשטענדלעכע און כּמעט באַנאַלע זאַכן, נאָר אַ צופֿעליקע טעלעװיזיע־אױדיציע פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע האָט מיך ממש שאָקירט און אַרײַנגעזעצט אין מײַן מוח אַן אידיאָטישע, דערקוטשנדיקע פֿראַגע: װאָס איז דאָס? װוּ זײַנען מיר אין דער װעלט?… סטײַטש, טענה איך, װי קען מען זיך פֿרײען נאָך יענעמס טױט? הע, ענטפֿערט מען מיר, דאָס איז אַן עלעמענט פֿון גאָר אַן אַנדער קולטור, אין װעלכער דו, אַ מאַלפּע און אַ חזיר, פֿאַרשטײסט אַ קרענק. גאָט זאָל באַהיטן פֿון אַזאַ מין „קולטור‟. הקיצור, דער פּאַלעסטינער המון האָט געפּראַװעט אַ נצחון־שׂימחה — אַ יונגער פּאַלעסטינער אינזשעניר האָט „געשאָכטן‟ אַ ייִדיש מײדל. יאָ, ניט קײן בױ־אַרבעטער, ניט קײן פּױער, ניט קײן פּאָליציאַנט, נאָר אַ הױך־געבילדעטער אינזשעניר, דער סאַמע צימעס פֿון דער פּאַלעסטינער „אינטעליגענץ‟.
אַ בראָך!… רבונו־של־עולם, װי קען מען אַזױ ברוטאַל איבערדרײען די יוצרות?… אַטפֿו אױף זײערע קעפּ!… צי קען דען אַן אינטעליגענטער מענטש דערהרגענען אַ שוצלאָז שװאַך מײדל?
דער יסוד פֿונעם הײַנטיקן מעסער־טעראָר קעגן ייִדן איז אַן עקלדיק נטיה־געפֿיל צו אונטערדריקן אַ צװײטן, און דער טעראָר, לױט מײַן מײנונג, האָט גאָרניט צו טאָן מיט אַ װעלכן ניט איז יושרדיקן קאַמף, נאָר איז פֿאַרבונדן מיט די סאַמע פּרימיטיװע און פֿינצטערע מענטשלעכע אינסטינקטן, דהײַנו: צו װײַזן אַן אַנדערן, אַז ער איז ניט מער װי אַ בהמה. אין גרונט פֿון אַזעלכע טאַטן ליגט די גראָבע גײַסטלעכע גראָבקײט, פֿאַרקנאָטן אױפֿן פּרימיטיװן רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם. ס’איז דאָך גאָר ניט צופֿעליק, אַז אין ס׳רובֿ לענדער איז די רעליגיע אָפּגעטײלט פֿון די מלוכישע אינסטיטוציעס, װײַל די רעליגיעזע געפֿילן פֿון אַ מענטש געהערן צו דעם אינטימען טײל פֿון זײַן פּריװאַטן לעבן און האָבן ניט קײן שום שײַכות צו דער מלוכישער רעגולאַציע. אַ נאָרמאַלע רעגירונג מישט זיך ניט אַרײַן אינעם אינטימען לעבן פֿון זײַנע בירגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.