צוריק, צו דער פֿינצטערער צוקונפֿט!

Back to the Bitter Future!


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published October 27, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די אַכזריותדיקע געשעענישן פֿון דער לעצטער היסטאָרישער תּקופֿה האָבן װידער באַװיזן, אַז אין גרונט פֿון די בלוטיקע קאָנפֿליקטן ליגט די פּרימיטיװע שׂינאה צו יעדן אײנעם, װאָס פֿילט, טראַכט און לעבט ניט אַזױ װי עמעצער אַ פֿרעמדער װיל עס. װאָס קען מען טאָן? ניט אַלע װילן לעבן לױט יענעמס דיקטאַט. נאָר אַ פֿינצטערער פֿאַנאַטיקער איז תּמיד זיכער, אַז ער איז דער טרעגער פֿונעם אַבסאָלוטן אמת. די נאָרמאַטיװע װעלט האָט פּלוצעם אַנטדעקט, אַז אַחוץ די זעלטענע חיות, זײַנען כּמעט נעלם געװאָרן די, להבֿדיל, אינטעליגענטע מענטשן. אױך פֿריִער זײַנען זײ געװען אַ מין שטוטשנע סחורה און קײן מאָל ניט געקראָכן אױף די טריבונעס און זיך ניט אױסגעשטעלט אין די װיטרינעס, נאָר יעדער אײנער האָט געװוּסט — אָט דער מענטש איז דאָס געװיסן פֿון אונדזער דאָרף, פֿון אונדזער שטאָט, פֿון אונדזער פֿאָלק…

אינטעליגענץ, טענהן די פֿילאָסאָפֿן, האָט אַ פֿונקציאָנעלן און אַ סאָציאַלן באַדײַט. ס׳הײסט, אַז זי, די אינטעליגענטקײט, װערט געמאָסטן לױט די אינדיװידועלע און געזעלשאַפֿטלעכע טאַטן; און זי איז האַרט פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע זאַכן װי שׂכל און אינטעלעקט. מיט 150 יאָר צוריק, װען דער באַדײַט „אינטעליגענטקײט‟ איז אָנגענומען געװאָרן, האָט מען געהאַלטן, אַז אַן אינטעליגענט איז סתּם אַ הױך־געבילדעטער מענטש: אַ דאָקטער, אַן אינזשעניר, אַ קינסטלער, אַן אַדװאָקאַט, אאַ״װ. מע איז אַפֿילו געקומען צו אַ מעטאַפֿאָרישן אױספֿיר, אַז אַן אינטעליגענט איז דער „מוח פֿונעם פֿאָלק‟, אַ מין באַזונדערער קלאַס, אין אונטערשײד צו די אַרבעטער און פּױערים, װעלכע זײַנען די „הענט‟ פֿונעם פֿאָלק. אָבער זײער גיך האָט מען זיך געכאַפּט בײַ אַ געדאַנק, אַז אַ גוטע אַקאַדעמישע בילדונג גאַראַנטירט ניט דעם מענטש צו װערן אַן אינטעליגענט. צי קען מען דען האַלטן פֿאַר אַן אינטעליגענט אַ דאָקטער אַ פּעדאָפֿיל, אַן אַדװאָקאַט אַ גנבֿ, אָדער אַ מאָלער אַ מערדער? אַװדאי, נײן, װײַל אַן אינטעליגענטער מענטש לעבט לױט די העכסטע מאָראַלישע נאָרמעס, װעלכע בײַ אַלע נאָרמאַלע הײַנטצײַטיקע מענטשן זײַנען, אין דער אָדער אַנדערער אינטערפּרעטאַציע, פֿאַרבונדן מיט די עשׂרת־הדברות.

אַן אינטעליגענט איז אַ נשמה־צושטאַנד מיט אַ שטרעבונג צו װערן אַ צדיק, אין אַבסאָלוטן זינען פֿונעם װאָרט. צי קענט איר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ צדיק זאָל באַלײדיקן אַן אַנדערן? צי קען דען אַ צדיק אױפֿהײבן אַ האַנט אױף אַ קינד אָדער אױף אַ פֿרױ? נײן, און טױזנט מאָל נײן, װײַל אַ צדיק איז אַ צװילינג פֿונעם אַבסאָלוטן געװיסן, און טאַקע זײַן געװיסן איז דער װעגװײַזער, װעלכער האַלט אים אײַן פֿון שװערע עבֿירות און רישעות.

די פּערמאַנענטע יושרדיקע און אומיושרדיקע רעװאָלוציעס און מלחמות האָבן גורם געװען דעם דעפֿיציט פֿון די אינטעליגענטע מענטשן. מיט כּמעט הונדערט יאָר צוריק האָט װלאַדימיר לענין, דער פֿירער פֿון דער רוסישער פּראָלעטאַרישער רעװאָלוציע, אין זײַן בריװ צום גרױסן רוסישן שרײַבער מאַקסים גאָרקי געשריבן: „די בורזשואַזע אינטעליגענץ האַלט זיך פֿאַרן מוח פֿון דער נאַציע. אין דער אמתן זײַנען זײ דער טינוף פֿון דער נאַציע‟. ס’איז דען אַ חידוש, אַז לענינס געטרײַער תּלמיד, דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס, האָט דאָ אַנומלטן פֿאַרזיכערט זײַן פֿאָלק, אַז ער װעט ניט דערלױבן „די דרעקישע ייִדישע פֿיס צו טאָפּטשען די הײליקע ערד פֿונעם מעטשעט אַל־אַקצאַ‟. צי איז דען דאָס ניט קײן מוסטער פֿון אַ פֿינצטערער שׂינאה? צי איז דען דאָס ניט קײן אױפֿרוף צו די גרעבלעכע יונגאַטשעס צו הרגענען ייִדן?

הער פּרעזידענט אַבאַס: מײַן באָבע מילכּה, זאָל זיך מיִען, איז געװען אַ פּשוטע ייִדענע, און זי האָט ניט אױפֿגעהערט מיך צו לערנען: „מעכעלע, דו זעסט דאָך, אַז ער, פּלוני בן־פּלוני, איז אַ פֿאַרטיקער זשלאָב… לאָז אים צו רו. קײן אינטעליגענטער מענטש װעסטו פֿון אים ניט מאַכן, װײַל אַ זשלאָב בלײַבט אַ זשלאָב, אַפֿילו װען ער איז אַ גרױסער נאַטשאַלניק…‟