אַ באַן איז אַ וועג? אַ צוג איז אַ ווינט?

A Dress Has A Train, But You Can’t Ride On It...


פֿון הערשל גלעזער

Published November 01, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ סימן, אַגבֿ, אַז „באַן” אויף ייִדיש איז גאָר אַ נײַ וואָרט, האָט איר, ווײַל די פּוילישע ייִדן רעדן עס אַרויס מיט אַ לאַנגן פּתח; וואָלט עס געווען אַן אַלט וואָרט, וואָלט מען עס אויף מאַמע־לשון מסתּמא אַרויסגערעדט מיט אַ קמץ.

ווײַטער, אַ לאָקאָמאָטיוו איז עפּעס וואָס בײַט דאָס אָרט — לאַטײַניש locus „אָרט” און motivus „מאָטיוו; באַוועגונג”. „וואַגאָן” איז אין תּוך אַרײַן דאָס זעלביקע וואָס „וואָגן”, נאָר אַנדערש פֿון „וואָגן”, אַוודאי, פֿון די עלטסטע ייִדישע ווערטער וואָס זענען אַרײַן העט אין מיטל־עלטער פֿונעם דעמאָלטיקן דײַטש, איז „וואַגאָן”, קודם, אַרײַן פֿון האָלענדיש אין ענגליש, דערנאָכדעם אין פֿראַנצייזיש און דײַטש, פֿון זיי אין רוסיש און, סוף־כּל־סוף, אין מאַמע־לשון. איז דאָס ענגלישע wagon גאָר אַ לײַוואָרט פֿון האָלענדיש; דאָס עלטערע ענגלישע וואָרט איז wain, וואָס איז דער מקור פֿון דער פֿאַמיליע Wainwright (וואָגן־מאַכער, סטעלמאַך). דאָס איז דער זעלביקער שורש, וואָס דערפֿון נעמט זיך ס׳ייִדישע „וועג” מיטן ענגלישן way, אַפֿילו ס׳פּוילישע wóz „וואָגן”.

און „רעלסן”? דאָס ענגלישע rails, אַ לשון־רבים, איז אַרײַן אין רוסיש ווי אַ לשון־יחיד און פֿון דאָרטן צון אונדז, האָבן מיר אַ לשון־יחיד „רעלס”, וואָס פֿונעם ענגלישן קוקווינקל זעט ער אויס גאַנץ טשודנע.

צום סוף, לאָמיר געבן אַן עליה דעם ייִדיש־פּוילישן פּאָעט יוליאַן טובֿים, פֿון די גרעסטע פּוילישע פּאָעטן פֿונעם 20סטן י״ה. טובֿים איז אפֿשר צום בעסטן באַקאַנט מיט זײַן ליד „מיר פּוילישע ייִדן”, אָבער צווישן אַנדערן האָט ער אויך אָנגעשריבן אַ סך קינדער־לידער. איינס פֿון זיי הייסט Lokomotywa, און אַ דאַנק יצחק לודענען האָבן מיר אַ פֿײַנעם ייִדישן נוסח, וואָס דערפֿון ברענגען מיר אַן אויסצוג:

שטייט אויף דער סטאַנציע אַ לאָקאָמאָטיוו
אַ שווערער, אַ מעכטיק פֿאַרשוויצטער מאַסיוו […]
די פּאַרע — באַנג!
די רעדער — אין גאַנג!
בײַם אָנהייב פּאַמעלעך, אַ מין טשערעפּאַכע
עס רירט די מאַשין זיך פֿאַרשלאָפֿן, אַ שוואַכע,
זי שלעפּט די וואַגאָנען זיך שלענגלען אַיעדער
און לאַנגזאַם עס נעמען זיך דרייען די רעדער.
אָט נעמען זיי לויפֿן אַלץ גיכער און גיכער
עס קלאַפּט דער מאָטאָר און ער יאָגט ווי אַ וויכער
וווּהין זשע? וווּהין זשע? וווּהין זשע? פֿאָר גלײַך!
אויף רעלסן, אויף בריקן וואָס איבער טײַך,
דורך בערג, דורך טונעלן, דורך פֿעלדער פֿון ווײַט,
ער אײַלט זיך, באַווײַזן ער זאָל צו דער צײַט,
ער קלאַפּט און ער טוקעט אָן אויפֿהער צום טאַקט:
טאַ־ראַ־טאַ, טאַ־ראַ־טאַ, טאַ־ראַ־טאַ־טאַ־טאַק.