דער אָקטאָבער־מאַניפֿעסט פֿון 1905

The October Manifesto of 1905


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 03, 2015, issue of November 27, 2015.

ס׳איז אַלע מאָל אַ קאָפּדרייעניש מיט די דאַטעס פֿון געשעענישן אין ביז־קאָמוניסטישן רוסלאַנד. דאָס לאַנד האָט גענוצט דעם אַזוי גערופֿענעם „יוליאַנעם‟ קאַלענדאַר — אים ניצן נאָך אַלץ די פּראַוואָסלאַוונע קריסטן. דער דאָזיקער קאַלענדאַר „שטייט אָפּ‟ אויף 13 טעג פֿון דעם גרעגאָריאַנער קאַלענדאַר פֿון דער מערבֿדיקער, קאַטוילישער און פּראָטעסטאַנטישער וועלט — דעם זעלבן, וועלכן מיר ניצן איצט.

ווי אַ פּועל־יוצא, האָבן מיר אַ פּלאָנטער: די אָקטאָבער־רעוואָלוציע, ווען די באָלשעוויקעס זײַנען געקומען צו דער מאַכט, איז „אין דער אמתן‟ (דאָס הייסט, לויטן מערבֿדיקן קאַלענדאַר) געשען אין נאָוועמבער. און די פֿריִערדיקע רעוואָלוציע, אויך אין 1917, וועלכע האָט פֿאַרוואַנדלט די רוסלענדישע מאָנאַרכיע אין אַ רעפּובליק, איז געווען אין מאַרץ, כאָטש מע רופֿט זי אָפֿט מאָל די „פֿעברואַר־רעוואָלוציע‟. ווײַטער וועט די רייד גיין וועגן דעם „מאַניפֿעסט פֿון דעם 17סטן אָקטאָבער 1905‟, אָבער, לויט דעם הײַנטיקן קאַלענדאַר, איז עס דאַטירט דעם 30סטן אָקטאָבער.

דער אָקטאָבער־מאַניפֿעסט איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורכן צאַר ניקאָלײַ דעם צווייטן, אָדער ניקאָלײַ דעם לעצטן, ווי מע וועט אים דערנאָך רופֿן. דער טעקסט פֿון דעם דאָזיקן דאָקומענט איז געווען אַ קורצער, אָבער זייער אַ וואָגיקער. דערמיט איז פֿאַקטיש געביטן געוואָרן די סיסטעם אין לאַנד — פֿון אַן אַבסאָלוטער מאָנאַרכיע צו אַ קאָנסטיטוציאָנעלער מאָנאַרכיע. רוסלאַנד האָט געקענט זיך פֿאַרגינען אויסצוּוויילן אַ פּאַרלאַמענט, וואָס האָט געהייסן „דומע‟ — אַזוי ווי מע רופֿט עס אויך אין הײַנטיקן רוסלאַנד.

דעם אָקטאָבער־מאַניפֿעסט האָט דער צאַר געמוזט אַרויסלאָזן, ווײַל דאָס לאַנד איז געווען אַרומגעכאַפּט מיט מרידות, וועלכע זײַנען באַקאַנט געוואָרן ווי די ערשטע רוסישע רעוואָלוציע. דאָס פֿאָלק איז געווען ניט צופֿרידן, קודם־כּל, מיטן עקאָנאָמישן מצבֿ. דערצו האָט רוסלאַנד פֿאַרשפּילט די מלחמה מיט יאַפּאַן, און די דאָזיקע מפּלה האָט די שטימונג אין דער געזעלשאַפֿט ניט געמאַכט פֿריילעכער. איז מען געקומען צו אַזאַ אײַנפֿאַל — צו געבן דעם המון אַ ביסל דעמאָקראַטיע, ווי אַ צוקערקע.

דער ענטפֿער פֿונעם המון האָט גאַנץ אָפֿט געהאַט די פֿאָרעם פֿון אַ פּאָגראָם. היסטאָריקערס ברענגען אַזאַ חשבון: 690 פּאָגראָמען אין אָקטאָבער 1905; אין אייניקע ערטער איז עס געווען ניט איין מאָל. די צאָל דערהרגעטע ייִדן איז ניט ווייניקער פֿון 800, און אפֿשר — ווי עס טענהן אַנדערע קוואַלן — עטלעכע טויזנט נפֿשות. אין אָדעס אַליין זײַנען אומגעקומען מער פֿון 400 ייִדן. אַזאַ כוואַליע פֿון געוואַלד קעגן ייִדן האָט מען אַפֿילו אין רוסלאַנד נאָך ניט געזען.

באַזונדערס טרויעריק איז די סטאַטיסטיק פֿון די אומגעקומענע אין די ערטער, וווּ די ייִדן האָבן געוויזן אַ ווידערשטאַנד. דעמאָלט פֿלעגט מען קעגן זיי שיקן מיליטער און פּאָליציי, וועלכע האָט געוווּסט ווי אַזוי זיך צו רעכענען מיט די דאָזיקע גרופּעס פֿון זעלבסטשוץ. (אַ סבֿרא, אַז דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאָט בען קאַרסאָן ווייסט ניט, וואָס איז גוט באַוווּסט די היסטאָריקער, דהײַנו: אַז דווקא דאָרטן, וווּ די ייִדן האָבן געהאַט געווער, איז די צאָל קרבנות, בדרך־כּלל, געווען גרעסער.)

אָבער פֿאַר וואָס האָט מען זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן דווקא אויף די ייִדן? דער סצענאַר איז אָפֿט מאָל געווען דער זעלבער: די לינקע פּאַרטייען, וווּ עס זײַנען געווען ניט ווייניק ייִדן, האָבן אָרגאַניזירט מאַניפֿעסטאַציעס, בעת וועלכע מע האָט אַרויסגעוויזן די פֿרייד אין שײַכות מיטן מאַניפֿעסט. די קאָנסערוואַטיווע, מאָנאַרכיסטישע און ממילא אַנטיסעמיטישע שטראָמען האָבן, פֿאַרקערט, מאַניפֿעסטירט קעגן דעם מאַניפֿעסט. זייער גיך פֿלעגן אַזעלכע מאַניפֿעסטאַציעס איבערוואַקסן אין אַ געשלעג, און פֿון אַ געשלעג פֿלעגט זייער גרינג אויסוואַקסן אַ פּאָגראָם; בפֿרט נאָך, אַז די ייִדן האָט מען געהאַלטן שולדיק, מע האָט געגלייבט, אַז זיי האָבן כּלומרשט פֿאַרקאָכט די גאַנצע רעוואָלוציאָנערע קאַשע.

בינו־לבינו, אַ דאַנק דעם מאַניפֿעסט, איז געוואָרן אַ סך גרינגער צו עפֿענען אַ צײַטשריפֿט. ניט צופֿעליק האָבן דווקא דעמאָלט זיך באַוויזן אויך אַ היפּשע צאָל ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן. ס׳איז גרינגער געוואָרן צו פֿירן אַ פּאַרטיייִשע טעטיקייט. פֿיר מאָל זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן די וואַלן אין דער „דומע‟, און יעדעס מאָל זײַנען צווישן די דעפּוטאַטן געווען אויך ייִדן — ווייניק, ממש געציילטע, אָבער פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי געקענט אויפֿהייבן פֿראַגן, וואָס פֿלעגן אָפּשפּיגלען די אינטערעסן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אמת, קיין ממשותדיקע פֿאַרבעסערונג פֿונעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָט זייער טעטיקייט ניט געבראַכט.

און יוני 1907 האָט זיך פֿאַרענדיקט די רעוואָלוציע — דער מאַכט האָט זיך אײַנגעגעבן ווידער אײַנצושפּאַנען די געזעלשאַפֿט. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס אין דער אײַנגעצאַמטער געזעלשאַפֿט האָבן זיך געשאַפֿן בעסערע באַדינגונגען צו אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור. די ענערגיע, וואָס איז אין די יאָרן 1905—1907 געווען געצילט אויף רעוואָלוציע, האָט זיך איצט באַפֿרײַט פֿאַר קולטור־טעטיקייט. אַ סך איז טאַקע אויפֿגעטאָן געוואָרן אין יענע „זיבן גוטע יאָר‟, ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה.

שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4495