(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס שייך דער זיכערהייט־סיטואַציע און דער טענה, אַז ראַבין איז געווען „מיסטער זיכערהייט‟, איז ווידער נישט פּינקטלעך. אמת, דאָס אונטערשרײַבן דעם אָסלאָ־אָפּמאַך האָט געזאָלט פֿאַרבעסערן דאָס געפֿיל פֿון זיכערהייט פֿונעם יחיד. ראַבין אַליין האָט זיך אויסגעדריקט און געהאַלטן, אַז אַראַפֿאַט וועט זיך באַגיין מיט די „כאַמאַס‟-לײַט „אָן דעם הויכן געריכט און אָן ׳בצלם׳ (אַ ווײַט-לינקע אָרגאַניזאַציע)‟; דאָס הייסט, אָן די הענטשקעס, וואָס ישׂראל איז געצוווּנגען אָנצוטאָן בשעתן קעמפֿן קעגן דעם טעראָר.
דער אָסלאָ־אָפּמאַך איז אונטערגעשריבן געוואָרן געהיים דעם 20סטן אויגוסט 1993. די ערשטע זעלבסטמאָרד-אַטענטאַטן זענען דורכגעפֿירט געוואָרן דורך די „כאַמאַס‟-לײַט אין אַפּריל 1994, און שפּעטער אין חודש אָקטאָבער — אַן אַטענטאַט, וואָס האָט אויפֿגעשוידערט די גאַנצע מדינה און פֿאַרקערעוועט דעם גאַנג פֿון דער געשיכטע.
געווען איז דאָס דער ערשטער ערנסטער אַטענטאַט אין אויטאָבוס, וואָס האָט פֿאַרשניטן דאָס לעבן פֿון 22 נפֿשות. צו דעם שוידערלעכן שאָק־עפֿעקט קען מען צוגעבן די שרעקלעכע אימאַזשן פֿון דעם אָרט, וואָס זענען געוויזן געוואָרן אויף דער טעלעוויזיע איבערן גאַנצן לאַנד. די הײַנטיקער צענזור וואָלט נישט דערלאָזט צו טראַנסמיטירן אַזוינע גרויזאַמע קאַדרען.
דער עפֿעקט פֿון אָט דעם אַטענטאַט און די שפּעטערע איז געווען גרויס. דער ציבור האָט פֿאַרלוירן דאָס גלײַכגעוויכט און דאָס גלויבן אין דעם, אַז דער וואָס עס זיצט אויבן אָן בײַם רודער, ווייסט וואָס ער טוט. דאָס געפֿיל פֿון זיכערהייט האָט זיך צעטרייסלט; באַזונדערס, בײַ די וואָס האָבן נישט אײַנגעשטימט מיט דעם אָסלאָ־אָפּמאַך.
יעדעס יאָר אין דער צײַט פֿון ראַבינס אָנדענק־טאָג ווערט דערמאָנט כּסדר זײַן וועג אָדער פּאָליטישע צוואה. עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז גראָד לעצטנס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אינטערוויו מיט יוסף ביילין, דער „אַרכיטעקט‟ פֿון דעם אָסלאָ-אָפּמאַך, און שמעון פּערעסעס געטרײַער שליח, וווּ ער דערציילט, אַז נאָך ראַבינס מאָרד האָט ער זיך געווענדט צו לאהן, ראַבינס אַלמנה, און געפֿרעגט בײַ איר, וואָס איז, אייגנטלעך, ראַבינס פּאָליטישע צוואה. די אַלמנה האָט געענטפֿערט, אַז ראַבין האָט נישט געקלערט ווײַטער ווי צוויי וואָכן.
ראַבין האָט אויפֿגעטאָן פֿיל זאַכן לטובֿת ישׂראל. זײַן בײַטראָג איז אין-לשער גרויס און אַוודאי איז דער אַרטיקל נישט געצילט אונטערצושטרײַכן די לעצטע שורה, אָדער שטעלן דאָס לעצטע פּינטעלע; נאָר אַז מע רעדט שוין וועגן אָסלאָ־אָפּמאַך אָדער אָסלאָ-עקספּערימענט, זעט אויס, אַז אין דעם פֿאַל איז ראַבינס ירושה נישט קיין לײַכטע.
דער אָפּמאַך איז אַזוי צי אַנדערש דורכגעפֿאַלן. די רײַבונגען צווישן די צוויי באַפֿעלקערונגען זענען געוואַקסן, און מיר דאַכט זיך, אַז אָט דער דורכפֿאַל איז טיילווײַז שולדיק אין דעם, וואָס דער ישׂראלדיקער לינקער לאַגער האַלט אָפּ אין די וואַלן איין מפּלה נאָך אַן אַנדערער. די וווּנדן פֿון די אַטענטאַטן האָבן זיך נישט אויסגעהיילט, דער זכּרון איז נאָך פֿריש. פֿון דעסטוועגן, האַלטן זיך די לינקע אין איין קלאַמערן מיט עקשנות אין אָט דעם „פּראָצעס‟. אַלץ בלײַבט אויפֿן אַלטן: די וואָס האָבן זיך דעמאָלט אידענטיפֿיצירט מיט זײַן וועג, אידענטיפֿיצירן זיך נאָך הײַנט אויך. די וואָס האָבן אים פֿאַרדאַמט דעמאָלט, פֿאַרדאַמען אים אויך הײַנט.
ראַבינס פֿיגור איז נישט געוואָרן אַ קאָנצענסוס. מעגלעך, צוליב דעם האָט די הײַיאָריקע אונטערנעמונג געטראָגן ווייניקער אַ פּאָליטישן כאַראַקטער און האָט זיך קאָנצענטרירט מער אויף לאָזונגען פֿאַר דעמאָקראַטיע און קעגן געוואַלד-טאַטן. צוריק געשמועסט, אין לעצטן סך-הכּל, איז דאָס די מסקנה, וואָס מוז באַגלייטן ווײַטער די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט. נישטאָ קיין אַנדער וועג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.