ראָבינס טאָכטער, דליה, האָלט, אַז דאָס לאַנד האָט זיך זייער געענדערט, באַקומען אַן אַנדער פּנים; זי שטרײַכט אונטער, אַז דאָ איז איר היים, און זי בלײַבט ווײַטער וווינען דאָ, כאָטש זי איז גאָר נישט מסכּים מיט דעם וועג, אויף וועלכן די מדינה גייט.
איר אַרויסזאָגונג איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן אופֿן ווי אַזוי דער אַקטיווער לינקער לאַגער אַנאַליזירט די הײַנטיקע לאַגע, און ווי ער באַנעמט די געשעענישן נאָכן אונטערשרײַבן דעם אָסלאָ־אָפּמאַך. הײַיאָר, ווי אויך אין די פֿריִערדיקע יאָרן, ווערן די צײַטונגען פֿאַרפֿלייצט מיט היסטאָרישע אומפּינקטלעכקייטן און געדאַנקען, אָדער בעסער געזאָגט, פֿאַנטאַזיעס אויף דער טעמע: „וואָס וואָלט געווען, אויב ראַבין וואָלט ממשיך געווען צו רעגירן ווײַטער?‟
מע איז נוהג צו באַשרײַבן די לאַגע ערבֿ דעם שוידערלעכן מאָרד ווי כּלומרש גאַנץ ישׂראל האָט זיך דעמאָלט געשטעלן, ווי איין מענטש, הינטער דער ברייטער פּלייצע פֿון דעם באַליבטן מנהיג, אײַנשטימענדיק, אַז דער שלום־פּראָצעס איז זייער נויטווענדיק און אַפֿילו געוווּנטשן. איך, דעמאָלט אַ ייִנגל, געדענק, אַז דער מצבֿ איז געווען ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער. כּדי נישט צו פֿאַרלאָזן זיך אין גאַנצן אויף מײַן זכּרון, האָב איך אַ קוק געטאָן דאָ און דאָרט, צו באַשטעטיקן, וואָס און ווי אַזוי עס געווען.
די אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט אין יאָר 1995, האָבן אָנגעוויזן זייער קלאָר, אַז דווקא נתניהו וואָלט געקראָגן מער שטימען ווי ראַבין. די אויספֿרעגן זענען באַטײַטלעך, ווײַל ווי עס זאָל נישט געווען זײַן, וואָלטן די וואַלן סײַ־ווי פֿאָרגעקומען שפּעטער מיט אַ יאָר. ווי באַוווּסט, האָט די געשיכטע אין 1996 אַ קערעווע געטאָן „אויף רעכטס‟.
די אַרגומענטן און תּירוצים, פֿאַרוואָס איז דווקא נתניהו אויסדערוויילט געוואָרן ווי אַ פּרעמיער, ווען זײַן קעגנער איז געווען פּערעס, האָט נישט ווערט קיין אויסגעבלאָזענעם איי און האָבן נישט קיין אָנשפּאַר אין דער ווירקלעכקייט; זיכער, נישט אַזאַ פֿאַרשפּרייטער און אידיאָטישער אַרגומענט פֿון יענע, וואָס האַלטן, אַז פּערעס איז אַ „לוזער‟ (אַ לא־יוצלח), און ער וואָלט דורכגעפֿאַלן סײַ־ווי־סײַ, נישט וויכטיק, ווער וואָלט זיך פֿאַרמאָסטן קעגן אים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.