דער לעצטער סוף־וואָך פֿון חודש אָקטאָבער ווידמעט מען אין פּוילן די טויטע. יונג און אַלט גייען צו די קבֿרים פֿון משפּחה און פֿרײַנד, נאַציאָנאַלע העלדן און באַליבטע קינסטלערס.
די קליינע ייִדישע קהילה איז נישט קיין אויסנאַם. יש אומרים, אַז דער ייִדישער בית־עולם אויף דער אָקאָפּאַווע־גאַס איז דער שענסטער אין גאַנץ וואַרשע.
הײַיאָר האָט אַ גרופּע פֿאַרערערס פֿונעם גרויסן ייִדישן סקולפּטאָר אַבֿרהם אָסטשעגאַ באַשלאָסן צו רעמאָנטירן עטלעכע פֿון זײַנע סקולפּטורן, וואָס באַצירן פֿאַרשיידענע מצבֿות אויפֿן וואַרשעווער ייִדישן בית-עולם.
אַבֿרהם אָסטשעגאַ איז געווען מסתּמא דער גרעסטער ייִדישער סקולפּטאָר אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. ער איז געווען איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אַזוי גערופֿענער „ייִדישע געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרייטן קונסט‟. אָסטשעגאַ איז פֿאַרשיקט געוואָרן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ קיין טרעבלינקע, וווּ ער איז דערמאָרדעט געוואָרן אין יאָר 1942. כּמעט אַלע זײַנע סקולפּטורן זענען נעלם געוואָרן אין דער מלחמה און דאָס רובֿ וואָס זענען יאָ געבליבן, קען מען זען אויפֿן וואַרשעווער ייִדישן בית־עולם. צווישן די באַרימטע מצבֿות זײַנע קענען אַלע דעם אוהל־פּרץ. אָסטשעגאַ איז געווען מסתּמא דער ערשטער סקולפּטאָר, וואָס האָט באַצירט מיט מענטשלעכע געשטאַלטן (ווי למשל, אַ וויינענדיקע פֿרוי) די מצבֿות וואָס ער האָט געשאַפֿן.
די וואָס זענען אַ מאָל געווען אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, געדענקען אָסטשעגאַס הערלעכע סקולפּטור פֿונעם רמב״ם, וואָס דער ירושלימער קאַמפּוס האָט באַקומען נאָך אין יאָר 1925.
און אַז סע גייט אַ רייד וועגן רעמאָנטירן מצבֿות, איז אפֿשר וואָלט געווען אַ געדאַנק אויך צורעכט צו מאַכן די טעקסטן, וואָס זענען אויסגעקריצט געוואָרן אויף זיי. די טעקסטן אויף די מצבֿות אינעם וואַרשעווער בית־עולם זענען אָפֿטמאָל פֿול מיט טעותים. דער ייִדישער בית־עולם אין דער שטאָט איז נאָך אַלץ אַקטיוו, און ס׳איז אַ בושה צו געפֿינען גרײַזן אויך אויף נײַע מצבֿות, ווי למשל, פֿונעם באַקאַנטן זשורנאַליסט ראָמאַן פֿריסטער אָדער אויף דער מצבֿה פֿונעם גרויסן פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק.
ס׳איז אויכעט אַ שאָד, וואָס מען האָט קאַליע געמאַכט פֿראַגמענטן פֿון ליטעראַרישע טעקסטן, וועלכע באַצירן עטלעכע מצבֿות, ווי די מצבֿה פֿונעם פּאָעט לייב נײַדוס. ווען מען וואָלט קאָריגירט דעם טעקסט, וואָלט מען געקאָנט לייענען די דאָזיקע רירנדיקע שורות:
כ׳האָב ליב די ייִדישע ניגונים
וווּ גליק איז אויסגעמישט מיט לייד
וווּ די יתומישע תחנונים
אָפֿט בײַטן זיך מיט שטאָלצער פֿרייד.
און אַז סע גייט שוין די רייד וועגן בית־עולמס, איז כּדאי צו דערמאָנען, אַז נישט אַלע ייִדן ליגן אויפֿן ייִדישן בית־עולם. דער מיליטערישער בית־עולם איז דאָס לעצטע רו־אָרט פֿון עטלעכע גרויסע ייִדן, וואָס האָבן קיין מאָל נישט אויסבאַהאַלטן זייער ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער נישט געהאַט קיין שום קאָנטאַקט מיט דער ייִדישער אמונה אָדער לעבנס־שטייגער. יוליאַן טובֿים, למשל, דער גרעסטער פּוילישער מאָדערנער פּאָעט, ליגט אויפֿן מיליטערישן בית־עולם.
אויפֿן זעלבן בית־עולם ליגט אויך יעזשי זאַגורסקי, וואָס איז געווען אַ פּוילישער פּאָעט. מיר דערמאָנען אים דאָ, ווײַל אויף זײַן מצבֿה ווערט דערמאָנט נאָר איין פֿאַקט — זאַגורסקי, דערציילט אונדז די מצבֿה, איז געווען אַ חסיד אומות־העולם. דאָס איז נאָך אַ באַווײַז, אַז די אויסצייכענונג פֿון „יד־ושם‟ מאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אין פּוילן. זאַגורסקי און זײַן פֿרוי האָבן געראַטעוועט ייִדישע חבֿרים און פֿרײַנד. די טאַטע-מאַמע פֿונעם גרויסן שעקספּיראָלאָג יאַן קאָט זענען געווען צווישן זיי.
פּוילן האָט אַ נײַע רעכטע רעגירונג. יאַראָסלאַוו קאַטשינסקי, דער ראש פֿון דער אַזוי גערופֿענער „געזעץ־ און גערעכטיקײט־פּאַרטיי‟, האָט זיך אַרויסגעזאָגט, אַז לויט אים, וואָלט פּוילן יאָ געדאַרפֿט איבערגעבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן דעם גרויסן פּוילישן ייִדישן רעזשיסאָר, ראָמאַן פּאָלאַנסקי, ער זאָל שטיין דאָרט פֿאַר אַן אַמעריקאַנער געריכט.
ס׳איז נישט קיין סוד, אַז אין די רעכטע קרײַזן האָט מען טענות צו פּאָלאַנסקין, אַז זײַן פֿילם, „דער פּיאַניסט‟, באַשרײַבט די פּאָליאַקן נישט אַלעמאָל אין גאַנצן פּאָזיטיוו. אַ טייל פֿון די פּאָליאַקן, טענהט מען דאָ, ווערן אַפֿילו געשילדערט ווי אַנטיסעמיטן אָדער סתּם אָפּאָרטוניסטן און שווינדלער. הייסט עס, אַז אין די נאַציאָנאַליסטישע קרײַזן דאָ האָט מען פּאָלאַנסקין נישט איבעריק ליב.
דער געריכט אין קראָקע האָט אָבער באַשלאָסן, אַז פּוילן וועט נישט עקסטראַדירן דעם רעזשיסאָר. „דאָס וואָלט נישט געווען אין הסכּם מיט די תּקנות פֿונעם אייראָפּעיִשן געריכט אין סטראַסבורג‟, — האָט דער פּוילישער ריכטער געזאָגט. דער 82־יאָריקער רעזשיסאָר איז אַנטלאָפֿן פֿון אַמעריקע מיט 37 יאָר צוריק. אַ מינדער־יאָריק מיידל האָט אים דעמאָלט באַשולדיקט אין סעקסועלע פֿאַרברעכנס. פּאָלאַנסקי האָט דעמאָלט נישט געוואַרט אויפֿן פּסק פֿונעם אַמעריקאַנער געריכט און פֿאַרלאָזט אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.