ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published November 04, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די „נאַכט פֿון קונסטן‟

אין מאָסקווער קולטער־לעבן קומט די טעג פֿאָר אַ וויכטיקע געשעעניש — די „נאַכט פֿון קונסטן‟. דעם 3טן נאָוועמבער זענען אַ סך מוזייען געווען אָפֿן ביז חצות (דער אײַנטריט איז פֿרײַ); אין טעאַטערס און אַנדערע זאַלן זענען פֿאָרגעקומען קאָנצערטן, פֿאָרלייענונגען פֿון קינסטלערישער ליטעראַטור, באַגעגענישן מיט שרײַבער, רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן און אַנדערע פּראָמינענטע טוער. אין דער אַקציע „די נאַכט פֿון קונסטן‟ האָט זיך אויך באַטייליקט דער נײַער מאָסקווער ייִׅדישער מוזיי. מ‘האָט געקאָנט פֿרײַ באַזוכן די אויסשטעלונג „לאַסט פֿאָליאָ‟, וואָס וועגן איר האָבן מיר שוין דערציילט, ווי אויך אַניש קאַפּורס אויסשטעלונג. אין די זאַלן פֿונעם מוזיי האָבן זיך געהערט די ווערק פֿון באַבעל, וואַסילי אַקסיאָנאָוו און סאָלזשעניצין, אויסצוגן פֿון וואַסילי גראָסמאַנס ראָמאַן „לעבעדיקע און טויטע‟. עס זענען פֿאָרגעקומען דיסקוסיעס, געווידמעט סקולפּטור אין דער מאָדערנער צײַט.

הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד טרעפֿט זיך מיטן הויפּט פֿון עוואַנגעלישער אַסאָציאַציע

אַ ידיעה פֿונעם רוסלענדישן חב״ד: אין מאָסקווע, אין מאַריׅנאַ ראָשטשאַ, האָט דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד, בערל לאַזאַר, זיך געטראָפֿן מיט אַן אומגעוויינטלעכן גאַסט, דעם הויפּט פֿון דער עוואַנגעלישער אַסאָציאַציע, פֿראַנקלין גרעם. די באַגעגעניש איז געווען געווידמעט די פּערספּעקטיוון פֿונעם דיאַלאָג צווישן קריסטנטום און יהדות. צווישן אַנדערע פֿראַגן, וואָס ר’ בערל לאַזאַר און פֿראַנקלין גרעם האָבן אַרומגערעדט, איז געווען דער מצבֿ פֿון רעליגיע אין דער הײַנטיקער תּקופֿה, באַצייכנט מיט וועלטלעכקייט און אַסימילאַציע. די רייד איז אויך געגאַנגען פֿון דער וווילטעטיקייט, מיט וועלכער עס באַטייליקן זיך די ביידע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס. פֿראַנקלין גרעם האָט אויסגעדריקט זײַן סאָלידאַריטעט מיט מדינת־ישׂראל און דערקלערט, אַז אינעם תּנ״ך איז בפֿירוש אָנגעשריבן, אַז גאָט האָט געגעבן דאָס לאַנד דווקא די ייִׅדן, און דערפֿאַר האָט גרעם ניט קיין ספֿקות אין די רעכט, וואָס די ייִדן האָבן אויף ארץ־ישראל.

ראָסטאָוו־אויף־דאָן: אַ מוזיי, געווידמעט סאַבינאַ שפּילריין

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון ראָסטאָוו־אויף־דאָן, אַ גרויסע שטאָט אין דרום־רוסלאַנד. דאָרטן האָט זיך געעפֿנט אַ מוזיי, געווידמעט סאַבינאַ שפּילריין — אַ פּסיכאָלאָגין, תּלמידה פֿון זיגמונד פֿרויד און קאַרל גוסטאַוו יונג, די ערשטע פּסיכאָאַנאַליטיקערין אין רוסלאַנד. סאַבינאַ שפּילריין איז אומגעקומען בעתן חורבן. אין אויגוסט 1942 איז זי דערשאָסן געוואָרן אין זמיעווסקאַיאַ באַלקאַ לעבן ראָסטאָוו.

דער מוזיי, וואָס דערציילט וועגן שפּילריינס לעבן און וויסנשאַפֿטלעכער טעטיקייט, איז געעפֿנט געוואָרן אין דער דירה, וווּ זי האָט געוווינט.