די װאָך האָט זיך צעשפּרײט די ידיעה, אַז דאָס גרעסטע געשעפֿט אױף דער אינטערנעץ, „אַמאַזאָן“, האָט געעפֿנט זײַן ערשטע פֿיזישע קראָם אין סיאַטל, װאַשינגטאָן. די עקספּערטן פֿון אינטערנעץ־האַנדל האָבן זיך מיט דער נײַעס שטאַרק געחידושט: װי קען עס דען זײַן, אַז דװקא די פֿירמע, װאָס האָט „אַװעקגעהרגעט“ די ביכערקראָמען אין אַמעריקע, גלײבט איצט אין אַ צוקונפֿט פֿאַר פֿיזישע געשעפֿטן? דער ענטפֿער איז פּשוט: די קראָם איז גיכער אַן אױסשטעלזאַל פֿון סחורה אײדער אַ נײַער קװאַל פֿון רװח. די פֿירמע האָפֿט, אַז די קונים, װאָס װעלן אַרײַנקומען אין קראָם און בלעטערן די ביכער, װעלן װיסן װאָס שפּעטער צו באַשטעלן דורך דער װעבזײַט.
איך אַלײן פֿאַרשטײ גאַנץ גוט די גװאַלדיקע הצלחה פֿון „אַמאַזאָן“. איך האָב נישט אײן מאָל באַשטעלט א ביכל, װאָס איז מיר געװען שװער צו געפֿינען אין די אמתע געשעפֿטן אין מײַן געגנט. דערצו בין איך אַ באַניצער פֿון זײער „קינדל“, װאָס אין אים קען איך מיטנעמען מיט זיך הונדערטער ביכער און אַקאַדעמישע אַרטיקלען און זײ לײענען אױף דער אונטערבאַן. די שװערע װערטער קען איך באַלד אױסזוכן אין אַ װערטערבוך, װאָס איז אינסטאַלירט אין דער מאַשין. פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרשטײ איך אױך דעם צוצי אי פֿון פֿיזישע ביכער, אי פֿון די פֿיזישע קראָמען, װאָס פֿאַרקױפֿן זײ. אַפֿילו װען איך װײס שױן װאָסער בוך איך װיל, בין איך נוטה דורכצובלעטערן די טעמאַטיש שײַכותדיקע ביכער, װאָס שטײען אױף די פּאָליצעס לעבן דעם באַנד װאָס איך זוך. אין ביכערקראָם קען איך רויִק פֿאַרברענגען גאַנצע שעהען.
יענע װאָך האָב איך אױסגעפֿונען, אַז כ׳בין נישט דער אײנציקער ייִד מיט אַזאַ נטיה. דעם 28סטן אָקטאָבער האָט דער „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער“ (Jewish Book Council), אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס איז באַקאַנט פֿאַרן צוטײלן די יערלעכע אַמעריקאַנער „ייִדישע ביכער־פּרעמיעס“, פּלאַנירט אַן אינטערעסאַנטע אונטערנעמונג מיטן נאָמען „צעראַבעװעט די פּאָליצעס“ (Raid the Shelves). װער עס װיל האָט געמעגט אַרײַנקומען אין ביוראָ אױף דער אַכטער עװעניו, פֿון אַ פֿערטל צו זעקס ביז האַלב אַכט, און אָפּנעמען װיפֿל ייִדישע ביכער מע װיל נאָר, װי גיך מע קען. (פֿאַרשטײט זיך, עס גײט די רײד װעגן „דזשויִשע“ ביכער, אױף ענגליש.) אַרײַנטריט האָט געקאָסט פֿופֿצן דאָלאַר; דרײַסיק, אױב מע װיל אָנקומען „פֿרי“, האַלב זעקס, און אױסכאַפּן די בעסטע ביכער אײדער די מאַסן קומען אָן. איך האָב זיך פֿאַרשריבן אױף דער אונטערנעמונג באַלד װי איך האָב זיך װעגן איר דערװוּסט, און אױסגעלײדיקט דעם זאַק, װאָס איך טראָג אין ספּאָרטזאַל, איך זאָל האָבן מיט װאָס אַהײמצושלעפּן די „צוגעראַבעוועטע‟ ביכער.
איך בין אָנגעקומען אין „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער“ פּונקט צו דער צײַט און זיך אַװעקגעשטעלט אין זײער אַ לאַנגער רײ. די װאָס זענען געשטאַנען פֿאַר מיר, זענען געװען, פּונקט װי איך, יונגע ייִדן, װאָס האָבן געװאָלט פֿאַרברײטערן זײער פּערזענלעכע ייִדישע ביבליאָטעק. דװקא קעגן דעם ייִדישן שטײגער האָט מען געװאַרט מיט געדולד און געשװיגן; אַנישט װאָלט איך זיך געפֿילט באַקװעם אױסצופֿרעגן מײַנע „שכנים“ אין דער רײ, די אַנדערע ביכער־װערעם, װאָס פֿאַר אַ ביכער זײ זוכן און װאָס האָט זײ צוגעצױגן צו דער אונטערנעמונג. איך האָב אָבער באַמערקט, אַז װײניק מענער האָבן געטראָגן קאַפּלעך: אַ סבֿרא, אַז דער „קולטורעלער ייִד“ איז נאָך נישט קײן פֿאַרשװוּנדענער טיפּ.
װען איך בין, סוף־כּל־סוף, אַרײַן בין איך אָנגעפֿאַלן אױף דעם ערשטן טיש, װוּ איך האָב געזען אַ פֿרײַ אָרט זיך אַרײַנצוקװעטשן. ייִדישע קאָכביכער, ראָמאַנען, היסטאָרישע מאָנאָגראַפֿיעס, קינדערביכער, זכרונות… אַלץ װאָס מע װיל, װאָס מע האָט געדרוקט אין די לעצטע פּאָר יאָר, איז געװען צום געפֿינען. אַלע ביכער מיט אַ שײַכות צו ייִדיש האָב איך אַרײַנגעלײגט אין זאַק: עליזאַבעט װײַנבערגס „שײמעס“, סעט ליפּסקיס ביאָגראַפֿיע פֿון אַב. קאַהאַן, דזשאָרדין פֿינקינס „אַ רעטאָרישער שמועס“ װעגן סטיליסטיק אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איך האָב זיך אונטערגעהערט, אַז פֿאַניע לעװאַנדאָס „װילנער װעגעטאַריש קאָכבוך“ (איבערגעזעצט פֿון איװ יאַכנאָװיץ) איז אױך געװען, אָבער װײַזט אױס, מע האָט שױן צוגענומען אַלע עקזעמפּלאַרן. אַ קיצור, די פֿופֿצן דאָלאַר װאָס איך האָב באַצאָלט, איז געװען װערט די אַלע זאַכן, װעלכע כ׳האָב געבראַכט אַהײם.
די אונטערנעמונג האָט אין מיר אָבער אַרױסגערופֿן ספֿקות װעגן דער הײַנטיקער לײענערשאַפֿט. ערשטנס, צי אינטערעסירן זיך אַלע יונגע־לײַט מיט פֿיזישע ביכער, אָדער נאָר די ייִדן? אױב נאָר ייִדן, איז פֿאַר װאָס? אין אונדזערע קרײַזן איז דאָך אַ גרױסער סימבאָל פֿון סטאַטוס, װיפֿל ייִדישע ביכער מע האָט אױף די פּאָליצעס אין דער הײם — נישט נאָר די הײליקע ספֿרים, נאָר אױך די מער אַלגעמײנע ייִדישע ביכער. װער װײסט צי מע װעט די „צוגעגנבֿעטע ביכער“ אַפֿילו לײענען? צװײטנס, עס האָט געהערשט אױף דער אונטערנעמונג אַן אַטמאָספֿער פֿון קאָנקורענץ, װײַל װער װײסט, װאָס פֿאַר אַן אָפּקלײַב װעט זײַן אין אַ דרײַסיק סעקונדעס אַרום? האָט מען געמוזט אָפּשאַצן די ביכער „לױטן שער־בלאַט“, ד״ה, סתּם גענומען די ביכער מיט שײנע הילעס און צוציִענדיקע טיטלען. װי באַװוּסט, איז דאָס נישט קײן גוטער אופֿן צו מעסטן די קװאַליטעט פֿון אַ בוך. אָבער מער װי אַלץ בין איך אַװעק פֿון דאָרטן מיטן רושם, אַז ס‘איז דאָ אַ צוקונפֿט פֿאַרן געדרוקטן בוך, בפֿרט בײַ ייִדן. יונגע־לײַט לײענען נאָך אַלץ פֿיזישע ביכער און זענען אַפֿילו גרײט צו פֿאָרן און באַצאָלן פֿאַר זײ. ס‘איז נישט קלאָר אָבער װי לאַנג דאָס װעט אָנגייען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.