די װאָך האָט זיך צעשפּרײט די ידיעה, אַז דאָס גרעסטע געשעפֿט אױף דער אינטערנעץ, „אַמאַזאָן“, האָט געעפֿנט זײַן ערשטע פֿיזישע קראָם אין סיאַטל, װאַשינגטאָן. די עקספּערטן פֿון אינטערנעץ־האַנדל האָבן זיך מיט דער נײַעס שטאַרק געחידושט: װי קען עס דען זײַן, אַז דװקא די פֿירמע, װאָס האָט „אַװעקגעהרגעט“ די ביכערקראָמען אין אַמעריקע, גלײבט איצט אין אַ צוקונפֿט פֿאַר פֿיזישע געשעפֿטן? דער ענטפֿער איז פּשוט: די קראָם איז גיכער אַן אױסשטעלזאַל פֿון סחורה אײדער אַ נײַער קװאַל פֿון רװח. די פֿירמע האָפֿט, אַז די קונים, װאָס װעלן אַרײַנקומען אין קראָם און בלעטערן די ביכער, װעלן װיסן װאָס שפּעטער צו באַשטעלן דורך דער װעבזײַט.
איך אַלײן פֿאַרשטײ גאַנץ גוט די גװאַלדיקע הצלחה פֿון „אַמאַזאָן“. איך האָב נישט אײן מאָל באַשטעלט א ביכל, װאָס איז מיר געװען שװער צו געפֿינען אין די אמתע געשעפֿטן אין מײַן געגנט. דערצו בין איך אַ באַניצער פֿון זײער „קינדל“, װאָס אין אים קען איך מיטנעמען מיט זיך הונדערטער ביכער און אַקאַדעמישע אַרטיקלען און זײ לײענען אױף דער אונטערבאַן. די שװערע װערטער קען איך באַלד אױסזוכן אין אַ װערטערבוך, װאָס איז אינסטאַלירט אין דער מאַשין. פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרשטײ איך אױך דעם צוצי אי פֿון פֿיזישע ביכער, אי פֿון די פֿיזישע קראָמען, װאָס פֿאַרקױפֿן זײ. אַפֿילו װען איך װײס שױן װאָסער בוך איך װיל, בין איך נוטה דורכצובלעטערן די טעמאַטיש שײַכותדיקע ביכער, װאָס שטײען אױף די פּאָליצעס לעבן דעם באַנד װאָס איך זוך. אין ביכערקראָם קען איך רויִק פֿאַרברענגען גאַנצע שעהען.
יענע װאָך האָב איך אױסגעפֿונען, אַז כ׳בין נישט דער אײנציקער ייִד מיט אַזאַ נטיה. דעם 28סטן אָקטאָבער האָט דער „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער“ (Jewish Book Council), אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס איז באַקאַנט פֿאַרן צוטײלן די יערלעכע אַמעריקאַנער „ייִדישע ביכער־פּרעמיעס“, פּלאַנירט אַן אינטערעסאַנטע אונטערנעמונג מיטן נאָמען „צעראַבעװעט די פּאָליצעס“ (Raid the Shelves). װער עס װיל האָט געמעגט אַרײַנקומען אין ביוראָ אױף דער אַכטער עװעניו, פֿון אַ פֿערטל צו זעקס ביז האַלב אַכט, און אָפּנעמען װיפֿל ייִדישע ביכער מע װיל נאָר, װי גיך מע קען. (פֿאַרשטײט זיך, עס גײט די רײד װעגן „דזשויִשע“ ביכער, אױף ענגליש.) אַרײַנטריט האָט געקאָסט פֿופֿצן דאָלאַר; דרײַסיק, אױב מע װיל אָנקומען „פֿרי“, האַלב זעקס, און אױסכאַפּן די בעסטע ביכער אײדער די מאַסן קומען אָן. איך האָב זיך פֿאַרשריבן אױף דער אונטערנעמונג באַלד װי איך האָב זיך װעגן איר דערװוּסט, און אױסגעלײדיקט דעם זאַק, װאָס איך טראָג אין ספּאָרטזאַל, איך זאָל האָבן מיט װאָס אַהײמצושלעפּן די „צוגעראַבעוועטע‟ ביכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.