אַזוי ווי אין יאָר 1929

1929 All Over Again


פֿון שבֿע כּהן

Published November 05, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער מופֿטי האָט אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע פֿון פּראָוואָקאַציע. מען האָט געוואָרפֿן דאָס מיסט פֿונעם מעטשעט אויף די קעפּ פֿון די ייִדן בײַם כּותל. פּאַמפֿלעטן זײַנען געשריבן געוואָרן, וואָס האָבן געזאָגט, אַז די ייִדן באַדראָען „אַל-אַקצאַ‟ און ווילן אויפֿבויען אַ דריטן בית-המקדש אויף זײַן אָרט.

דאָך, איז דער מצבֿ געווען רעלאַטיוו שטיל ביז תּשעה-באָבֿ, ווען די אַקטיוויסטן פֿון „ביתּר‟ האָבן געמאַכט אַ גרויסע דעמאָנסטראַציע בײַם כּותל מיט ציוניסטישע פֿאָנען און געזונגען די „התּקווה‟. די רעאַקציע פֿון די מוסולמענער איז געווען אַ פּאָגראָם. זיי האָבן פֿאַרברענט די סידורים און קוויטלעך בײַם כּותל און אַטאַקירט די ייִדישע סוחרים. אין די ווײַטערדיקע טעג האָבן פּאַסירט עטלעכע קליינע אינצידענטן, אין וועלכע די אַראַבער האָבן אַטאַקירט די ייִדן, און פֿאַרקערט.

אַכט טעג נאָך תּשעה-באָבֿ, פֿרײַטיק, האָבן די אַראַבער זיך פֿאַרזאַמלט מיט מעסערס און שטעקנס צו הרגענען די ייִדן. אין ירושלים האָבן די אַראַבער דערהרגעט 17 ייִדן אין איין טאָג. אויף מאָרגן האָבן זיי דערמאָרדעט צווישן 65 און 68 ייִדן אין חבֿרון. אַ וואָך נאָכדעם האָבן זיי אומגעבראַכט 18 אָדער 20 ייִדן. ייִדן זײַנען אויך דערהרגעט געוואָרן אין תּל-אָבֿיבֿ, מוצא און כּפֿר־אוריה…

און דאָס אייגענע קומט פֿאָר אויך הײַנט. די אַראַבער באַקלאָגן זיך, אַז די ייִדן פּרוּוון בײַטן דעם סטאַטוס־קוואָ פֿון הר־הבית און, אַז דאַווענען איז אַ פּראָוואָקאַציע. דער הײַנטיקער מופֿטי, צוזאַמען מיטן פּרעזידענט אַבאַס טענהן, אַז ס‘איז נישטאָ קיין ייִדישע געשיכטע אין ירושלים און, אַז די ייִדן האָבן נישט קיין רעכט אַפֿילו אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן „באַרג‟. יונגע אַראַבישע כוליגאַנען דרייען זיך אַרום אויף די גאַסן און שטעכן וועמען נאָר עס קומט זיי צו דער האַנט.

וואָס געשעט הײַנט אין ישׂראל איז נישט שייך „אָקופּאַציע‟ אָדער אַנטוישונג מיטן שלום-פּראָצעס, אָדער אַפֿילו אַ נײַע אינטיפֿאַדע. עס איז אַ המשך פֿון אַ פּאַלעסטינישער טראַדיציע, וואָס איז באַזירט אויף דער פּאַראַנויע און אינעם גלייבן, אַז די ייִדן זײַנען נישט גאָטס אויסדערוויילט פֿאָלק.