איך קוק אויף דער חבֿרה רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן, וואָס האָבן זיך צוגעשטעלט צו דער דעבאַטע מיטן ציל צו זײַן אויסדערוויילט ווי אַ קאַנדידאַט צום העכסטן פּאָסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. צווישן דער 14־קעפּיקער חבֿרה געפֿינט זיך דזשעב בוש, וואָס זײַן ברודער דזשאָרדזש דאַבליו בוש שטייט אים אין וועג, און האָט אין אונדז אַלע איבערגעלאָזט אַ ביטערן טעם אין מויל מיט זײַן פֿאַלשן באַשלוס צו אַטאַקירן איראַק און אַפֿגאַניסטאָן בלויז צוליב זייערע בענזין־ראַפֿינעריעס.
די אַנדערע צוויי האָבן געמאַכט אַ רושם אויף דער אַמעריקאַנער וויילערשאַפֿט אינעם געיעג נאָך דער מאַכט, צווישן זיי דאָנאַלד טראָמפּ, דער פֿיפֿיקער לץ, וואָס טרײַבט קאַטאָוועס, ווי דער „פּײַד פּײַפּער פֿון האַמעלין‟ (Pied Piper of Hamelin), וועלכער האָט אויסגעראָטן די שטשורעס פֿונעם שטעטל האַמעלין, אָבער די שטאָט־פֿאָטערס האָבן אים נישט געוואָלט באַצאָלן. האָט ער געשפּילט אויף זײַן פֿײַפֿל און צוגעצויגן אַלע קינדער פֿון האַמעלין, און זיי פֿאַרפֿירט אַלע אין ים אַרײַן. דאָנאַלד שטעלט מיט זיך פֿאָר די ליידיקע פֿאַס, וואָס קײַקלט זיך אַראָפּ פֿונעם געלט־באַרג מיט אַ דונער און אַ בראַזג:
„איך וועל ראַטעווען אַמעריקע, וויילט מיך אויס און איר וועט וויסן פֿון אַ לעבן!‟
ד״ר בען קאַרסאָן, דער כירורג, וואָס קוים וואָס מ’הערט אים שעפּטשען:
„אַמעריקע איז געגליכן צו היטלערס דײַטשלאַנד!‟ — ער איז אַ מחבר פֿון אַ בוך אונטערן קעפּל „אַ פּערפֿעקטע וועלט‟ (A more perfect Union), וווּ ער פּראָקלאַמירט היסטאָרישע טעאָריעס, אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, וואָס האָבן צו טאָן מיט היטלערס דיקטאַטור, וואָפֿן־קאָנטראָל און אַמעריקעס צווייטן „אַמענדמענט‟, וואָס דערלויבט אַלע אַמעריקאַנער בירגער צו טראָגן געווער. ער טענהט, אַז מיט דער אויסראָטונג פֿון ייִדן, ציגײַנער און פֿאַרקריפּלטע לײַט, האָט היטלער אויסגעלאָזט זײַן כּעס אויף אַן אומשולדיקער עדה. דער דאָקטער שרײַבט אין זײַן ספֿר־פּראַלניק, אַז היטלערס „דריטער רײַך‟ האָט ערשט אין יאָר 1938 פֿאַרפֿיקסירט היטלערס „וואָפֿן־געזעץ‟, וואָס האָט דערלויבט די פֿאַשיסטן צו באַזיצן וואָפֿן.
די געשיכטע דערציילט אונדז, אַז די איינציקע, וואָס זײַנען אויסגעשלאָסן געוואָרן פֿון דעם געזעץ, זײַנען געווען די ייִדן, וועלכע האָבן צוריקגעברענגט זייערע ביקסן נאָכן אָנטייל נעמען אין דער ערשטער וועלט־מלחמה.
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די דײַטשע ייִדן האָבן מיט זיך דעמאָלט פֿאָרגעשטעלט ווייניקער פֿון איין פּראָצענט פֿון דער דײַטשער באַפֿעלקערונג. וואָס אַן אמת איז, אַז דער וואָפֿן־געזעץ איז פּראָקלאַמירט געוואָרן איין טאָג נאָך דער אָרגיע פֿון „קרישטאָלנאַכט‟.
דערווײַל ווערן געבוירן נאַיִווע און לײַכטזיניקע בטלנים, ווי אונדזער דאָקטער בען קאַרסאָן, מיט אילוזיעס פֿון פֿאַרשטיין די מענטשלעכע געשיכטע בעסער פֿון היסטאָריקער און מלחמה־פֿאָרשער. ער שטעלט צו דרשות פֿון נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן, בשעת דער עולם־גולם פֿאַרשטייט זיך דערויף ווי אַ כאָלעווע אין עסיק. דער דאָקטער באָדט זיך אין היסטאָרישע אַנאַלאָגיעס וואָס לייגן זיך נישט אויפֿן שׂכל־הישר, שוין אָפּגערעדט פֿון לאָגיק. עפּעס איז ער פֿאַרקאָכט אין נאַציזם, עפּעס איז ער פֿאַרטאָן אין פּראָגרעסיווע געדאַנקען, וואָס ציִען זייערע וואָרצלען פֿון פֿאַשיזם. איינס פֿון זײַנע פּראָקלאַמאַציעס גרענעצן זיך מיט אַבסורד. ער זאָגט, אַז אָבאַמאַס געזונט־פֿאַרזיכערונג איז דאָס ערגסטע געזעץ זינט שקלאַפֿערײַ. נישט אַנדערש, ווי עס שפּיגלט אָפּ קובאַנער און רוסלענדישע געזונט־פֿאַרזיכערונגען, וואָס זײַנען באַזירט אויף סאָציאַליזם און קאָמוניזם.
האָבן מיר, הייסט עס, דאָנאַלד טראָמפּן און קאַרסאָנען, שײַקע מיט שלימזלען, אַ פּאָרל קאַנדידאַטן, וואָס קענען פֿאַרשעמען אַ פּאָלק סאָלדאַטן. באַלד האָט גענומען פֿליסן מיט מיליאָנען פֿאַר קאַרסאָנען; אַ סימן, אַז אַמעריקע האָט אָנגעוווירן נישט בלויז דעם שׂכל־הישר, נאָר אויך דאָס געוויסן.
די איינציקע פֿרוי קאַנדידאַטקע צווישן די 13 מענער איז געווען קאַרלי פֿיאָרינאַ, וועלכע איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַ ריזיקער טעכנישער פֿירמע „היולעט פּעקערט‟. קודם, האָט זי זיי באַגראָבן, און איצט איז זי גרייט צו באַגראָבן אַמעריקע…
איך וועל דאָ נישט אַרײַנגיין אין די חסרונות פֿון קריס קריסטי און אַנדערע, מ’קען אָבער קומען צום טאָלק, אַז מיר זײַנען אויף געהאַקטע וווּנדן, באַלאַגערט פֿון אַ חבֿרה קאַנדידאַטן עם־האָרצים, נישט פֿאַרגינער, ווען עס קומט צו „מעדיקייר‟ און „מעדיקייד‟, געזונט־פֿאַרזיכערונג און, דער עיקר, האָבן זיי צו טאָן מיט פֿרויען־היילונג, קליניקעס, וווּ פֿרויען קענען זיך ווענדן נאָך הילף, ווען עס האָט צו טאָן מיט שענדונג, משפּחה־פֿאַרגוואַלטיקונג און פֿאַרהיטונגס־מיטלען.
און צום סוף מוז יעדער פֿון די קאַנדידאַטן דערקלערן, פֿאַר כּל־עם־ועדה זייער אָנגעהעריקייט צו גאָט, דער עיקר, צו יעזוסן און מאַריאַ און נישט, חלילה, אַ פֿרעמדער ייִדענע. דאָס אַלץ קומט פֿאָר אין 21סטן יאָרהונדערט, ליבע לײַט, ווען די ציוויליזאַציע זאָל האָבן דערגרייכט די קרוין פֿון אילומינאַציע, קודם־כּל, אין טעכנאָלאָגיע, נישט געקוקט אויף דעם אַרסענאַל פֿון אומברענג־וואָפֿן. בענטש גאָט אַמעריקע!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.