מיט 300 יאָר צוריק, האָט דער רבֿ און מקובל צבֿי־הירש קוידאַנאָווער אַרויסגעגעבן זײַן ספֿר „קבֿ־הישר‟ — אַ וויכטיקער שטאַפּל אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. בײַ די חסידים, בלײַבט דער דאָזיקער ספֿר, אַרומגערינגלט מיט פֿאַרשיידענע לעגענדעס, נאָך אַלץ פּאָפּולער און ווערט באַטראַכט ווי אַ גרויסע סגולה. דער ספֿר באַשטייט פֿון 102 (ק״ב) פּרקים, וואָס שטימען מיט דער גימטריא פֿונעם מחברס נאָמען, צבֿי; דער עצם־נאָמען פֿונעם ווערק איז אַ מיסטישע ווערטערשפּיל.
דער מחבר האָט געשאַפֿן זײַן ווערק אויף צוויי שפּראַכן. הגם די ערשטע אויסגאַבע איז אַרויס אין פֿראַנקפֿורט בלויז אויף לשון־קודש, איז אינעם יאָר 1706 גלײַך אַרויס זײַן אייגענער ייִדישער וואַריאַנט. צוליב דעם אייגנאַרטיקן פֿאָלקסטימלעכן כאַראַקטער, האָט דער ספֿר שטאַרק אויסגענומען און האָט זיך ברייט פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די ספֿרדישע לענדער, וווּ מע האָט עס איבערגעזעצט אויף לאַדינאָ. די היסטאָריקער האַלטן, אַז „קבֿ־הישר‟ האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער פּאָפּולאַריזאַציע פֿון קבלה, ווי אויך אויף דעם פֿאָלקלאָר־זשאַנער אין דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור.
בערך מיט 20 יאָר צוריק, האָב איך געשמועסט אין מאָסקווע מיט אַן אָרטיקן פֿרומען ייִד, וועלכער האָט שאַרף קריטיקירט די מאָדערנע באַאַרבעטונגען פֿון די אַלטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות, און געגעבן אַן עצה איבערצולייענען „קבֿ־הישר‟. הגם איך האָב דעמאָלט שוין געוווּסט וועגן דעם דאָזיקן ספֿר, האָב איך סיסטעמאַטיש איבערגעלייענט אַן אַלטע ווערסיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און שטאַרק הנאָה געהאַט.
דער סוד פֿונעם אומגעוויינטלעכן חן באַשטייט, דאַכט זיך, אינעם אָרגאַניש צונויפֿשמעלצן פֿאָלקלאָרישע מאָטיוון, ערנסטע קבלה־ענינים און אַן אייגנאַרטיקן פֿינצטער־מיסטישן וועלטבאַנעם פֿונעם מחבר. אין פֿאַרגלײַך מיט יצחק באַשעוויסן, וועלכער האָט איבערדערציילט ענלעכע מעשׂיות אויף אַ מײַסטערישן קינסטלערישן אופֿן, איז אין „קבֿ־הישר‟ אינגאַנצן צעשווענקט די גרענעץ צווישן דעם פֿרומען און וועלטלעכן אַספּעקט פֿון דער ייִדישער קולטור. פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂיות מיט שדיכעס און פֿאַרכּישופֿטע וועלדער, וואָס דערמאָנען אין די סקאַנדינאַווישע סאַגעס, זענען אויסגעשפּרינקלט מיט ערנסטע אויסדרוקן פֿונעם „זוהר‟.
ווען דער מחבר פֿון „קבֿ־הישר‟ איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע ווייסט מען נישט; מע ווייסט יאָ, אַז ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1714. זײַן טאַטע, אַהרן־שמואל קוידאַנאָווער (1614—1676), איז געווען אַ פּראָמינענטער תּלמיד־חכם און בעל־מוסר, באַקאַנט ווי דער מהרש״ק. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז זײַן ספֿר „ברכּת־שמואל‟. צווישן זײַנע אָפּשטאַמלינגען איז געווען דער באַרימטער סאָוועטישער פּאָעט שמואל (סאַמויִל) מאַרשאַק.
ווייניק ווייסט מען וועגן דעם שווערן און מהומהדיקן לעבן פֿון רב צבֿי־הירש. זײַנע שוועסטער זענען דערהרגעט געוואָרן בעת דער שוועדישער אינוואַזיע אין פּוילן. ער אַליין, צוזאַמען מיט זײַן זון, איז געזעסן אין תּפֿיסה און אויסגעפּײַניקט געוואָרן צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג אין סלוצק. די משפּחה האָט שרעקלעך געליטן בעת כמעלניצקיס פּאָרגראָמען.
אינעם 18טן יאָרהונדערט, האָבן די אייניקלעך פֿון די אומגעקומענע אין די „גזירות תּ״ח‟, דערצו נאָך אַלץ אַנטוישט צוליב שבתי צבֿיס דורכפֿאַל, געפֿילט, אַז די אַרומיקע וועלט איז בייז, פֿאַרפֿירעריש און טײַוולאָניש. הגם „קבֿ־הישר‟ איז זיכער צוגעפּאַסט צו דער אַטמאָספֿער פֿון יענער תּקופֿה און איז טאַקע פֿול מיט פֿינצטערע מעשׂיות, פֿילט זיך אין זיי פֿאָרט אַ וווּנדערלעכער ראָמאַנטישער טעם.
במשך פֿון דער צײַט, האָבן זיך אַנטוויקלט נײַע ווערסיע, אַדאַפּטירט לויטן אָרטיקן גערעדטן דיאַלעקט און צומאָל היפּש און זאַפֿטיק באַאַרבעט. דער מחבר אַליין האָט עס לכתּחילה אָנגעשריבן אויף דעם אַלטמאָדישן מערבֿדיקן דיאַלעקט. פֿאַקטיש, האָט „קבֿ־הישר‟ זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלק־בוך. די רעדאַקטאָרן פֿון די נײַע אויסגאַבעס האָבן איבערדערציילט די מעשׂיות לויט זייער אייגענעם נוסח.
„אַ מעשׂה האָט זיך געטראָפֿן בײַ אַ מענטשן, וואָס ער איז געווען אַ גרויסער עושר, און האָט געהאַט פֿיל אוצרות פֿון גאָלד, און זילבער, און גוטע דימאַנטן. און דער מענטש איז געווען אַ גרויסער קמצן, וואָס זײַן גלײַכן איז ניט געווען אויף גאָר דער וועלט. און אַפֿילו מאָנטיק און דאָנערשטיק איז ער ניט געגאַנגען אין שיל אַרײַן, ווײַל ער האָט מורא געהאַט ער וועט באַדאַרפֿן געבן אַ גראָשן אין צדקה־פּושקע אַרײַן‟.
דער קאַרגער גבֿיר האָט אָבער יאָ געהאַט איין זכות: זײַענדיק אַ מוהל, פֿלעגט ער מל זײַן ייִדישע קינדער אומזיסט, אויב אַפֿילו ער האָט צוליב דעם געמוזט זיך לאָזן אין ווײַטע נסיעות. אַמאָל האָט אים אַ שד פֿאַרבעטן אויך אַ ברית־מילה, און אָפּגעפֿירט דעם מוהל אין זײַן פֿאַרכּישופֿט לאַנד. די מאַמע פֿונעם קינד האָט געוואָרנט דעם מוהל, אַז הגם זי אַליין איז אַ מענטש, איז איר מאַן אַ מזיק.
די שדים האָבן געפּראַוועט דעם וואַכנאַכט און אָפּגעדאַוונט אין דער פֿרי אין זייער שיל; דער עושר האָט געמלט דאָס ייִנגל. מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם עסנוואַרג און טײַערע מתּנות, כּדי נישט צו בלײַבן שטעקן אויף אייביק אינעם פֿאַרכּישופֿטן דאָרף. צום סוף, האָט דער בעל־הבית באַדאַנקט דעם מוהל פֿאַר דער מיצווה, אָפּגעלאָזט אים אַהיים און איבערגעגעבן אים די שליסלעך פֿון זײַן אייגן האַרצן. דער געוועזענער פֿאַרביטערטער קמצן איז זינט דעמאָלט געוואָרן אַ גרויסער און גליקלעכער בעל־צדקה.
מיט אַזעלכע פֿאָלקס־מעשׂיות, מאַכט דער בעל־מחבר פֿון „קבֿ־הישר‟ כּסדר חוזק פֿון די קאַרגע עשירים און צבֿועקעס. די טעמע פֿונעם סאָציאַלן יושר איז איינער פֿון די עיקרדיקע לייטמאָטיוון אינעם ווערק. נישט געקוקט אויף די פֿינצטערע כּוחות, וואָס באַזעצן די וועלט פֿון „קבֿ־הישר‟, פֿילט זיך אינעם ספֿר אַ געוויסער טשיקאַווער אָפּטימיזם. די נישט־גוטע זענען, סוף־כּל־סוף, אויך דעם רבונו־של־עולמס באַשעפֿענישן, וואָס וווינען אַמאָל צוזאַמען מיט מענטשן, צום גוטן צי צום שלעכטן, קומען אַרײַן מיט טענות צו רבנים און אַפֿילו דאַוונען אין שילן.
אינעם צוגאַנג צו דער וועלט בכלל, נישט בלויז די מענטשן, ווײַזט צבֿי־הירש קוידאַנאָווער אויך אַרויס אַ סימפּאַטיע. הגם די חז״ל זאָגן אָן צו הרגענען די גיפֿטיקע שלאַנגען, גיט ער איבער אַ מעשׂה מיטן הייליקן רבי שמעון בר־יוחאי, וועלכער האָט געבעטן זײַנע תּלמידים נישט צו טאָן קיין שלעכטס אַפֿילו צו די סכּנותדיקע באַשעפֿענישן, כּל־זמן זיי שעדיקן נישט די מענטשן. אַפֿילו אַ בלעטל פֿון אַ בוים טאָר מען נישט סתּם אַזוי אַראָפּרײַסן, ווײַל דער אייבערשטער האָט דאָך אַלץ אין דער וועלט באַשאַפֿן צוליב אַ געוויסער סיבה. הלוואַי זאָלן די הײַנטיקע מענטשן זיך באַציִען צו דער נאַטור־סבֿיבֿה מיט אַזאַ סימפּאַטיע און אַחריות, ווי דער 300־יאָריקער מוסטער פֿון ייִדישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.