הײַיאָר איז געוואָרן 120 יאָר זינט אין אַ קליין שטעטל אין אוקראַיִנע איז געבוירן געוואָרן דער דיכטער פּרץ מאַרקיש. איך בין גאָר ניט זיכער צי דער דאָזיקער נאָמען זאָגט עפּעס יעדן לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟. וועל איך אין קורצן כאַראַקטעריזירן זײַן שאַפֿונג.
ער האָט זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור נאָך דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, געווען אַקטיוו פֿריִער אין אוקראַיִנע, שפּעטער אין פּוילן. אין 1926 האָט ער זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד און זייער גיך פֿאַרנומען אַן אָנגעזעען אָרט אין דעם ליטעראַרישן לעבן. אַ חוץ לידער, האָט מאַרקיש געשריבן פּראָזע, פּיעסעס און זשורנאַליסטישע זאַכן. מע האָט אים ברייט איבערגעזעצט, בפֿרט אויף רוסיש.
אין די אויגן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, איז ער, בלי־ספֿק, געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער נומער איינס. אַנדערש וואָלט ער אין יאָר 1939 ניט באַקומען די העכסטע סאָוועטישע באַלוינונג — דעם לענין־אָרדן. קיינער פֿון די סאָוועטישע שרײַבער, וואָס זייער שפּראַך פֿון שאַפֿן איז געווען ייִדיש, איז ניט געווען אַזוי הויך אָפּגעמערקט, ווי מאַרקיש. זײַנע ווערק דערקלערן, פֿאַר וואָס מע האָט פֿון אים אַזוי געהאַלטן אין די הויכע פֿענצטער. זיי — די ווערק — זײַנען ממש דורכגעזאַפּט מיט סאָוועטישקייט. ווייניק איז פֿאַרבליבן פֿון זײַן אַמאָליקער בונטאַרישקייט.
ווי אַזוי קען מען עס אָפּשאַצן? אַז ער האָט זיך געסטאַרעט נושׂא־חן זײַן? דאָס וואָלט געווען אַ גראָדליניקער ענטפֿער. איך טראָג אַרויס פֿון לייענען זײַנע ווערק, כּלערליי אַרויסזאָגונגען זײַנע אין בריוו, ווי אויך זכרונות וועגן אים, אַז ער האָט אין דער אמתן געגלייבט אין קאָמוניזם, געווען אַן איבערגעגעבענער סאָוועטישער פּאַטריאָט. ווי אַ קלוגער און גוט־אינפֿאָרמירטער מענטש, האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, געזען די טונקעלע זײַטן פֿון סאָוועטישן לעבן. אָבער אַליין האָט ער דאָך געלעבט, דער עיקר, אין דער ליכטיקער זאָנע פֿון דער טאָג־טעגלעכקייט און פֿון דער שאַפֿערישער יום־טובֿדיקייט.
אים האָבן, בלי־ספֿק, אונטערגעוואַרעמט די התפּעלות, וועלכע האָבן זיך געגאָסן פֿון זײַנע אויסלענדישע קאָלעגן — יוסף אָפּאַטאָשו, משה נאַדיר און אַ היפּש ביסל אַנדערע, וואָס האָבן באַזוכט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן זײַנען זיי אַנציקט געווען פֿונעם ברייטן פֿאַרנעם פֿון ייִדישער קולטור־טעטיקייט אין פֿאַרשיידענע עקן פֿונעם קאָמוניסטישן לאַנד. פֿאַרכּישופֿן פֿלעגט זיי אויך די פֿאַרבינדונג, וועלכע מאַרקיש, און ניט נאָר ער, האָבן געהאַט מיט ניט־ייִדישע שרײַבער. אָפּגעשאַצט האָבן זיי אויך די שטיצע מצד דער רעגירונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.