אין די 1990ער יאָרן האָט נאַטאַלי קאָל, די טאָכטער פֿונעם אַמעריקאַנער זינגער נאַט קינג־קאָל, רעקאָרדירט אַ קאָמפּאַקטל פֿון איר טאַטנס לידער מיט נײַע אַראַנזשירונגען. אויף עטלעכע לידער האָט זי מיטגעזונגען מיט איר טאַטן, כאָטש ער איז געהאַט געשטאָרבן מיט 30 יאָר פֿריִער. אַמעריקע גנבֿ! די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיע דערלאָזט אַזוינע שאַפֿערישע אײַנפֿאַלן.
הײַנט האָבן מיר אַ ייִדישן משל פֿון אַזאַ שאַפֿערישקייט פֿון דער דײַטשער זינגערין אינגע מאַנדאָס און אירע צוויי מוזיקער, קלעמענס קאַץ און האַנס־קריסטיאַן יעניקע. ניצנדיק די אַלטע פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון די סאָוועטישע עטנאָמוזיקאָלאָגן סאָניע מגיד (1892־1954) און משה בערעגאָווסקי (1892־1961), האָט זי אויסגעקליבן אַ טוץ לידער, און זיי אין גאַנצן איבערגעמאַכט. וועט איר פֿרעגן, פֿאַר וואָס האָט זי דאָס געדאַרפֿט טאָן; וואָלט נישט בעסער געווען פּשוט צו לאָזן די אַלטע רעקאָרדירונגען ווי זיי שטייען און גייען? אַוודאי, האָט מען זיי געקענט לאָזן, אָבער די קוואַליטעט פֿון די אַלטע וואַקסענע צילינדערס (דערפֿאַר הייסט דאָס קאָמפּאַקטל „וואַקס‟) אויף וואָס מע האָט אַמאָל רעקאָרדירט, האָט שטאַרק געליטן במשך פֿון די יאָרן אינעם פּעטערבורגער אַרכיוו. וואָס קען מען טאָן מער מיט אַזאַ סחורה?
איז מאַנדאָס אײַנגעפֿאַלן, אַז מע קען הײַנט טאָן וווּנדער אינעם רעקאָרדיר־סטודיאָ, דהײַנו: זי און די מוזיקער זינגען און שפּילן צוזאַמען מיט די אַלטע זינגערס פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן. דער אויסטײַטש פֿון די לידער איז אַ גאַנץ נײַער, אָבער זי האָט דערמיט זיי אָפּגעפֿרישט, כּדי אַ נײַער דור זאָל זיי קענען הערן.
דאָס ערשטע ליד — „ליאַפּקעס‟, אַ נוסח פֿונעם ליד „לאַפּטשעס‟, הייבט זיך אָן מיט אַ דועט פֿון צוויי קולות — דאָס קול פֿון ישעיהו קאָרן, אַן 21־יאָריקער מאַן פֿון קראָקע, וואָס בערעגאָווסקי האָט רעקאָרדירט אין 1940, און דאָס קול פֿון מאַנדאָס, רעקאָרדירט אין 2015 אין האַמבורג. מע הערט, אַז אַ סך מי און טירחה האָט מען אַרײַנגעלייגט פּונקט צוצופּאַסן דעם פֿידל פֿון יעניקע און די פּיאַנע פֿון קאַץ, אַלץ זאָל קלאַפּן און קיין אומגעלומפּערטקייט אין דער אַראַנזשירונג זאָל מען נישט הערן.
ווען מע הערט דאָס זיסע געזאַנג פֿון אַמאָל ווי אַ טייל פֿון די נײַע, אָפּגעפֿרישטע איבערמאַכונגען, פֿילט מען אַ טיאָך אין האַרצן. אין אַ געוויסן זינען איז „וואַקס‟ אַן עלעגיע לזכּרון די פֿאָלקזינגערס פֿון אַמאָל, אומגעבראַכט אינעם חורבן. אָבער מאַנדאָס האָט זיך נישט געפֿילט מחויבֿ זיך צו האַלטן אין אַ פֿאָלקישן סטיל. למשל, אינעם ליד „אין ענגלאַנד איז דאָ אַ שטאָט לעסטער‟, בעסער באַקאַנט ווי מאָריס ווינטשעווסקיס „דרײַ שוועסטער‟, שפּילן נישט די מוזיקער פֿליסיק, מיט אַ שטענדיקן ריטעם ווי אין אַ פֿאָלקסליד. די גרופּע שטעלט זיך אָפּ פּלוצעם דאָ און דאָרט צו דראַמאַטיזירן די ווערטער, אַזוי ווי ס’וואָלט געווען אַ טעאַטער־ליד פֿון ברעכט און ווײַל.
ס’רובֿ פֿון די לידער וועט נישט זײַן באַקאַנט דעם עולם, אָבער די באַלאַדע „אויף דעם טײַך‟, אין וועלכער אַ פֿאַרצווייפֿלטע מאַמע וואַרפֿט איר עופֿעלע צו די פֿישעלעך, וועט מען אפֿשר יאָ דערקענען פֿון דער פּלאַטע פֿון מרים נירענבערג, וווּ זי זינגט אַ לענגערן נוסח. אין „וואַקס‟ הערט מען צום סוף פֿונעם ליד אַ שטיקעלע פֿון דער אָריגינעלער רעקאָרדירונג מיט פֿאַניע און מאַניע שוליקינאַ פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער צוהערער ווערט שאָקירט, ווײַל די זינגערינס פֿון אַמאָל קלינגען ווי די סטאַטיק, וואָס מע הערט אויף דעם ראַדיאָ; עס גרילצט אין די אויערן — אַזוי שלעכט איז געווען די פֿעלד־רעקאָרדירונג. די הײַנטיקע מוזיקער, אָבער, מאַכן פֿון דעם חסרון אַ מעלה: זיי גרימפּלען און גרילצן מיט ביז עס ווערט אויס גרימפּל, און סע קלינגט גאַנץ מאָדערן און צוגעפּאַסט. אין דעם ליגט אַ וויכטיקער ציל פֿון „וואַקס‟: צו שאַפֿן אַ מוזיקאַלישע בריק צווישן דעם אַמאָל און הײַנט, און דערבײַ העלפֿן, אַז די אַלטע לידער זאָלן לעבן פֿאַרן הײַנטיק עולם.
מאַנדאָס האָט אויסגעקליבן צוויי לידער, וואָס שטאַמען נישט פֿון די סאָוועטישע זאַמלערס, נאָר פֿון מײַן משפּחה. מײַן באָבע ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, אַן אויסערגעוויינטלעכע זינגערין, האָט לייבל כּהן רעקאָרידירט אין ניו־יאָרק אין 1954, און אויף דעם קאָמפּאַקטל הערט מען ווי זי זינגט „יאָסעלע מיט בלימעלע‟, וואָס ענדיקט זיך מיט דער חנעוודיקער סטראָפֿע:
מיידעלעך און ייִנגעלעך האָט שוין נישט קיין מורא.
חתונה האָבן — ס’שטייט דאָך אין דער תּורה.
אַז דער שנײַדער שנײַדט, שנײַדט ער מיט דער מאָדע
און אַז דער רבי וויל אַ ווײַב, מעגן מיר אַוודאי.
אין דעם ליד, האַרמאָניזירט מאַנדאָס מיט דער זינגערין פֿון אַמאָל.
איין ליד זינגט זי צוזאַמען מיט אַ רעקאָרדירונג פֿון מײַן מאַמען, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. דאָס ליד „דער לינדענבוים‟ איז בעסער באַקאַנט ווי „די ווערבע‟ פֿון חיים־נחמן ביאַליק, אַן איבערזעצונג פֿון העברעיִש. מאַנדאָס האַרמאָניזירט אויך דאָ, און די מוזיקער באַגלייטן.
אויף איין ליד זינגט דער הײַנטיקער קעשענעווער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר עפֿים טשאָרני דאָס זעלבע שטיקעלע פֿון אַ תּפֿילה, נאָך דעם ווי עס זינגט עס דער גאַליציאַנער שרײַבער רחמיאל גרין, וואָס בערעגאָווסקי האָט אים פֿאַרשריבן אין 1941 אין קיִעוו. ביידע זינגען מיט דבֿקות און מע פֿילט, אַז טשאָרני האָט עפּעס גײַסטיקס געראַטעוועט פֿון גרינען, וועלכער איז באַלד נאָך דעם אומגעקומען.
אינגע מאַנדאָס האָט מצליח געווען מיט איר קאָמפּאַקטל „וואַקס‟ צו דערוועקן אינעם צוהערער אַ געפֿיל פֿון נאָענטשאַפֿט סײַ צו די אַלטע זינגערס, סײַ צו איר אַנסאַמבל. ס’איז אויך אַ טרויעריק געפֿיל, ווײַל די אַלטע טראַדיציע פֿון די פֿאָלקזינגערס איז צעשטערט געוואָרן. מיט דער רעקאָרדירונג האָט מען, צום טייל, געפֿונען אַ תּיקון.
צו זען אַ ווידעאָ וועגן דעם פּראָיעקט, גיט אַ קוועטש אויף:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.