ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 09, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿאַביאַן איז געבױרן געװאָרן אין בערלין אין 1915 און האָט זיך געלערנט אין דער דאָרטיקער שול פֿון קונסט און האַנטאַרבעט. ער האָט זיך באַזעצט אין לאָנדאָן אין 1938 און האָט זיך געלערנט אינעם לאָנדאָנער טעכניקום. פֿאַביאַן איז געװען אײנער פֿון די דײַטשע בירגער, װעמען די בריטישע רעגירונג האָט געשיקט קײן אױסטראַליע אין 1940 אױף דער שיף „דונעראַ‟. דאָ איז ער געװען פֿאַרשפּאַרט אין לאַגער פֿאַר דײַטשע בירגער ביז 1945. אַ טײל פֿון זײַנע צײכענונגען פֿון יענער צײַט קען מען זען אויף אַ נײַער אױסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער קונסט־גאַלעריע אין מעלבורן. פֿאַביאַן האָט זיך װידער באַזעצט אין לאָנדאָן צװישן 1949 און 1965. זינט דעמאָלט װױנט ער אין מעלבורן. זײַן ערשטע אױסשטעלונג איז פֿאַרגעקומען אין סידנעי אין 1965.

ערװין פֿאַביאַן האָט געהאַט פֿיל אױסשטעלונגען אין מעלבורן, אין סידנעי און אין בערלין.

יונגע אַקטיװיסטקע באַשטימט װי אײנע פֿון די פֿיר פֿינאַליסטן

די יונגע טראַנס־מין אַקטיװיסטקע מאַרגאָ פֿינק איז געװען אײנער פֿון די פֿיר פֿינאַליסטן אײדער דער שטאַט װיקטאָריע האָט אױסגעקליבן דעם יונגן װיקטאָריאַנער פֿונעם יאָר 2015. זי אַרבעט מיט מיט דער גרופּע „מינוס־18‟ שוין פֿינף יאָר. די גרופּע העלפֿט צענערלינגען, װעלכע זײַנען אָדער האָמאָסעקסואַליסטן, ביסעקסואַליסטן, אָדער טראַנס־מין. דאָס איז די גרעסטע גרופּע פֿון דעם מין אין אױסטראַליע. פֿינק זאָגט, אַז עס איז געװען אַ גרױסער כּבֿוד בלױז נאָמינירט צו װערן, און אַז זי װעט װײַטער אַרבעטן לטובֿת טראַנס־מין יוגנטלעכע.

כּשרות־פּעטיציע

אַ נײַע פּעטיציע פֿאָדערט, אַז די פֿירמע „גאָלדן סירקל‟ (גאָלדענע ראָד) זאָל װײַטער דערלױבן די משגיחים צו קאָנטראָלירן די פֿאַבריקן, װוּ זי גרײט צו פֿרוכט־זאַפֿטן און פֿרוכטן אין פּושקעס פֿאַרן אױסטראַלישן מאַרק. פּראָדוקטן, װעלכע דאַרפֿן גענוצט װערן פֿאַרן ערשטן יולי 2016 זײַנען נאָך אַלץ כּשר. די פּעטיציע דערמאָנט די טױזנטער משפּחות און אינסטיטוציעס, װעלכע האָבן ביז אַהער געקױפֿט פֿרוכט־פּראָדוקטן בײַ „גאָלדן סירקל‟ צוליב דעם, װאָס זײ זײַנען געװען כּשר ביז אַהער, און װעלן מער נישט קױפֿן די פּראָדוקטן בײַ זײ, אױב זײ װעלן נישט זײַן כּשר אין דער צוקונפֿט. אַ טײל ייִדן האָבן שױן אױפֿגעהערט צו קױפֿן בײַ זײ.

דער פּרעזידענט פֿונעם װעלט־פֿאַראײן פֿאַר פּראָגרעסיװן יודאַיִזם װעט באַזוכן אױסטראַליע

ראַבײַ דניאַל פֿרילענדער, דער פּרעזידענט פֿונעם װעלט־פֿאַראײן פֿאַר פּראָגרעסיװן יודאַיזם, די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע פֿון ליבעראַלן יודאַיזם, האָט געמאָלדן, אַז ער װעט באַזוכן מעלבורן און סידנעי.