די װיליאַמסבורג־בריק, װאָס איז געעפֿנט געװאָרן אין דעצעמבער 1903, האָט געמאַכט אַ גװאַלדיקן רושם אױף דעם כּוח־הדמיון פֿון ייִדישע שרײַבער, דיכטער און קינסטלער. די בריק האָט פֿאַרבונדן די אַלטע ייִדישע געגנט אױף לאָוער איסט־סײַד מיט די נײַע אױפֿקומענדיקע ראַיאָנען אין ברוקלין. דאָס איז געװען אַ װעג פֿון דער „געטאָ‟ אין דער רױמיקער, ליכטיקער און רײַכער װעלט פֿון דער צוקונפֿט, אַ שטאָלענע פֿאַרקערפּערונג פֿונעם אַמעריקאַנער חלום. אַ מערקװירדיקער טעכנישער חידוש פֿון דער נײַער בריק איז געװען, װאָס זי האָט געקאָנט טראָגן אויף זיך באַנען, אױטאָס און פֿוסגײער.
דער נײַער נס פֿון דער אַמעריקאַנער טעכנישער מחשבֿה איז געװאָרן אַ פּאָפּולערער אימאַזש אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט. מען האָט אַנטקעגנגעשטעלט די פֿרײַהײט און רחבֿותדיקײט פֿון דער בריק מיטן פֿינצטערן דחקות פֿון די שמאָלע געסלעך אין דער ניו־יאָרקער „געטאָ‟. דער דאָזיקער קאָנטראַסט איז בולט געשילדערט אין יוסף אָפּאַטאָשוס ראָמאַן „די טענצערין‟: „די פֿענצטער מיט ברײטע פֿאַרמאַזשעטע שױבן קוקן טעמפּ, גלאָצן װי פֿאַרדימפּעצטע שטיקער װאַסער. רעכטס — די װיליאַמסבורג־בריק. באַנען, טראַמװײַען קלעטערן מיט אַ געקלאַפּערײַ איבער די הײַזער, […] פֿונקען שפּריצן, צינדן זיך אין די ברודיקע שױבן, װאָס קעגנאיבער. פֿון אונטער דער בריק בלאָזט מיט טוכלען קעלער, מיט שאַרפֿן פֿיש־ריח, מיט צוגעלעגן אױבסט, מיט געשאָכטענע עופֿות.‟ אָפּאַטאָשוס העלדן זײַנען צוגעבונדן צו דער אַלטער „געטאָ‟. די בריק — איז די גרענעץ פֿון זײער קלײנער געצאַמטער װעלט „אַרום גרענד־סטריט‟ (אַזאַ איז געװען דער טיטל פֿונעם ראָמאַן אין דער סאָװעטישער אױסגאַבע).
אַנדערש שילדערט דעם װיליאַמסבורג־בריק שלום אַש. זײַן ראָמאַן „אָנקל מאָזעס‟ עפֿנט זיך מיט אַ התלהבֿותדיקן לױב–געזאַנג: „די װיליאַמסבורגער בריק איז געװען װי אַן אײַזערנער לעבעדיקער ריז װאָלט זיך אױסגעצױגן איבער דעם איסט־ריװער און מיט זײַנע הענט און פֿיס אָנגעכאַפּט די בײדע ברעגן פֿון טײַך, און איבער זײַן רוקן זײַנען געפֿלױגן, װי װילדע אײַזערנע חיות מיט אָנגעצונדענע קעפּ, אײן באַן נאָך דער אַנדערער. און די חיות האָבן געהאַט אין זײערע בײַכער אײַנגעשלונגען טױזנטער און טױזנטער מענטשן.‟ די „חייִשע‟ מעטאַפֿאָר ברענגט אַרײַן אַן אַנדער מאָטיװ אין דער ניו־יאָרקער ייִדישער ליטעראַטור: דעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם, װאָס „פֿרעסט אױף‟ אָרעמע אַרבעטער לעבעדיקערהײט. די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע האָט ניט נאָר אַ גוטן, נאָר אױך אַ ביטערן צד. זי ברענגט מיט נײַע מכשירים און טעכנאָלאָגיעס, װאָס מאַכן די אַרבעט לײַכטער, אָבער דערבײַ פֿאַרשטאַרקן זיי די קאַפּיטאַליסטישע עקספּלואַטאַציע.
בעת די ייִדישע רעאַליסטן, אַזעלכע װי אָפּאַטאָשו און אַש, האָבן באַטראַכט די בריקן פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿונעם כּלל, װי אַ נײַער עלעמענט פֿון דער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט, װאָס באַטרעפֿט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון מיליאָנען ניו־יאָרקער תּושבֿים, איז דאָס קוקװינקל פֿון ייִדישע דיכטער געװען יחידיש. די „אינזיכיסטן‟ האָבן געשאַפֿן אין זײערע לידער אַ גאַנצע רײ פֿון אײגנאַרטיקע פּריװאַטע לאַנדשאַפֿט־בילדער פֿון ניו־יאָרק, װאָס האָבן אָפּגעשפּיגלט זײערע איבערלעבונגען און געפֿילן.
עס איז מערקװירדיק, הגם די סיבה דערפֿון איז מיר ניט קלאָר, אַז דװקא די װיליאַמסבורג־בריק האָט ניט פֿאַרכאַפּט דעם דיכטערישן כּוח־הדמיון אַזױ שטאַרק װי צװײ אַנדערע בריקן איבער איסט־ריװער (אָדער מיזרח־טײַך, װי מען האָט אים צומאָל גערופֿן אױף ייִדיש). אײנע פֿון די סאַמע באַרימטע „בריק־לידער‟ איז אַהרן גלאַנץ־לײעלעסעס „מאַנהעטן־בריק‟, װאָס ענדיקט זיך מיט אַ הײסער ליבע–דערקלערונג: „איך האָב דיך ליבער, מאַנהעטן־בריק, / װי איך קאָן דיך באַזינגען. / ביסט דײַן אײגן מעת־לעתיק געזאַנג, / די דרײסטע פֿאַרמעסטונג, דער באַפֿעל פֿון דערפֿאָלג‟. דער רושם, װאָס די בריק מאַכט אױפֿן דיכטערס נשמה, איז אַזױ שטאַרק, אַז עס פֿעלן אים פּאַסיקע װערטער, כּדי צו באַזינגען דעם נײַעם נס פֿון דער מענטשלעכער שעפֿערישקײט. די בריק איז געבױט „צו פֿאַרשעמען אין שײנקײט — / לאָנדאָן, פּאַריז און בערלין.”
ה. לײװיק פֿאַרװאַנדקט די בריק אין אַ מעטאַפֿאָרישן אימאַזש אין זײַן ביטער־איראָנישער מעדיטאַציע װעגן דעם גורל פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. ער מאָלט אױס אַ װיזיע פֿון אַ קאָלעקטיװער לװיה פֿון ייִדיש אין אַמעריקע: „מיר זאָלן אַלע אָנשרײַבן דאָס לעצטע ליד. / דאָס ליד אַרײַנטאָן אין אַן אָרון און עס טראָגן / דורך גאַסן װוּ עס װױנט דער אַמעריקאַנער ייִד‟. דער װעג פֿון דער לװיה־פּראָצעסיע פֿירט איבער די ייִדישע געגנטן, איבער דער ברוקלין־בריק: „אַזאַ־אָ מאַרש פֿון איסט־בראָדװײ צו ברוקלין־בריק. / פֿון בריק — צו בראָונזװיל, און צו פֿלעטבוש, און צו בראַיטן, / צו קאָני־אײַלענד, און צו סי־גײט — צו אַטלאַנטיק־ים‟. און אין די „װײַסע כװאַליעס‟ פֿונעם ים װעט מען אַרײַנװאַרפֿן „אונדזער לעצטן גראַם‟.
לײװיקס ליד פֿאַרשליסט די מעטאַפֿאָרישע גילגולים־קײט פֿון בריק־אימאַזשן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. די בריקן איבערן איסט־ריװער האָבן געעפֿנט נײַע װײַטע האָריזאָנטן פֿאַר די אָרעמע תּושבֿים פֿון דער לאָוער־איסט־סײַדער „געטאָ‟. ייִדן האָבן אױפֿגעבױט און באַזעצט נײַע, ברײטערע און רײַכערע געגנטן אין ברוקלין; אָבער די פּרײַז פֿאַר דער „פּראָספּעריטי‟ איז געװען די ירידה פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אין לײװיקס סימבאָלישער לװיה פֿונעם ייִדישן װאָרט טראָגט מען דעם אָרון מיט די לעצטע ייִדישע גראַמען צוריק צום ברעג פֿונעם אַטלאַנטישן ים, פֿון װאַנען ייִדיש איז געקומען קײן אַמעריקע פֿון אײראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.