די װיליאַמסבורג־בריק, װאָס איז געעפֿנט געװאָרן אין דעצעמבער 1903, האָט געמאַכט אַ גװאַלדיקן רושם אױף דעם כּוח־הדמיון פֿון ייִדישע שרײַבער, דיכטער און קינסטלער. די בריק האָט פֿאַרבונדן די אַלטע ייִדישע געגנט אױף לאָוער איסט־סײַד מיט די נײַע אױפֿקומענדיקע ראַיאָנען אין ברוקלין. דאָס איז געװען אַ װעג פֿון דער „געטאָ‟ אין דער רױמיקער, ליכטיקער און רײַכער װעלט פֿון דער צוקונפֿט, אַ שטאָלענע פֿאַרקערפּערונג פֿונעם אַמעריקאַנער חלום. אַ מערקװירדיקער טעכנישער חידוש פֿון דער נײַער בריק איז געװען, װאָס זי האָט געקאָנט טראָגן אויף זיך באַנען, אױטאָס און פֿוסגײער.
דער נײַער נס פֿון דער אַמעריקאַנער טעכנישער מחשבֿה איז געװאָרן אַ פּאָפּולערער אימאַזש אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט. מען האָט אַנטקעגנגעשטעלט די פֿרײַהײט און רחבֿותדיקײט פֿון דער בריק מיטן פֿינצטערן דחקות פֿון די שמאָלע געסלעך אין דער ניו־יאָרקער „געטאָ‟. דער דאָזיקער קאָנטראַסט איז בולט געשילדערט אין יוסף אָפּאַטאָשוס ראָמאַן „די טענצערין‟: „די פֿענצטער מיט ברײטע פֿאַרמאַזשעטע שױבן קוקן טעמפּ, גלאָצן װי פֿאַרדימפּעצטע שטיקער װאַסער. רעכטס — די װיליאַמסבורג־בריק. באַנען, טראַמװײַען קלעטערן מיט אַ געקלאַפּערײַ איבער די הײַזער, […] פֿונקען שפּריצן, צינדן זיך אין די ברודיקע שױבן, װאָס קעגנאיבער. פֿון אונטער דער בריק בלאָזט מיט טוכלען קעלער, מיט שאַרפֿן פֿיש־ריח, מיט צוגעלעגן אױבסט, מיט געשאָכטענע עופֿות.‟ אָפּאַטאָשוס העלדן זײַנען צוגעבונדן צו דער אַלטער „געטאָ‟. די בריק — איז די גרענעץ פֿון זײער קלײנער געצאַמטער װעלט „אַרום גרענד־סטריט‟ (אַזאַ איז געװען דער טיטל פֿונעם ראָמאַן אין דער סאָװעטישער אױסגאַבע).
אַנדערש שילדערט דעם װיליאַמסבורג־בריק שלום אַש. זײַן ראָמאַן „אָנקל מאָזעס‟ עפֿנט זיך מיט אַ התלהבֿותדיקן לױב–געזאַנג: „די װיליאַמסבורגער בריק איז געװען װי אַן אײַזערנער לעבעדיקער ריז װאָלט זיך אױסגעצױגן איבער דעם איסט־ריװער און מיט זײַנע הענט און פֿיס אָנגעכאַפּט די בײדע ברעגן פֿון טײַך, און איבער זײַן רוקן זײַנען געפֿלױגן, װי װילדע אײַזערנע חיות מיט אָנגעצונדענע קעפּ, אײן באַן נאָך דער אַנדערער. און די חיות האָבן געהאַט אין זײערע בײַכער אײַנגעשלונגען טױזנטער און טױזנטער מענטשן.‟ די „חייִשע‟ מעטאַפֿאָר ברענגט אַרײַן אַן אַנדער מאָטיװ אין דער ניו־יאָרקער ייִדישער ליטעראַטור: דעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם, װאָס „פֿרעסט אױף‟ אָרעמע אַרבעטער לעבעדיקערהײט. די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע האָט ניט נאָר אַ גוטן, נאָר אױך אַ ביטערן צד. זי ברענגט מיט נײַע מכשירים און טעכנאָלאָגיעס, װאָס מאַכן די אַרבעט לײַכטער, אָבער דערבײַ פֿאַרשטאַרקן זיי די קאַפּיטאַליסטישע עקספּלואַטאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.