(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין פּעטערבורג קומט פֿאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, „ייִדישע תּפֿוצות אין אייראָפּע און אין דער וועלט: פֿעלד‑ און אַרכיוו‑פֿאָרשונגען‟. די קאָנפֿערענץ ווערט אָרגאַניזירט פֿון דער „קונסטקאַמער‟, וואָס איז גלײַכצײַטיק אַ מוזיי און אינסטיטוט פֿון עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען. עטלעכע פּאַנעלן זענען געווידמעט די ייִדן פֿון דער ראָמאַנישער וועלט, פֿון עטיאָפּיע און באַלקאַן. דאָס רובֿ רעפֿעראַטן אָבער זענען געווידמעט דעם מיזרח‑אייראָפּעיִשן ייִדנטום. עס זענען דאָ רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין סאַנקט‑פּעטערבורג און וועגן עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין בוקאָווינע, בעסאַראַביע, לאַטגאַליע און ישׂראל.
די ייִדישע קהילה פֿון טולאַ האָט אָנטייל גענומען אינעם פֿעסטיוואַל פֿון נאַציאָנאַלע קולטורן, „דאָס לאַנד אין מיניאַטור‟, וווּ עס האָבן זיך באַטייליקט 12 נאַציאָנאַלע מינדערהייטן. די ייִדישע קהילה האָט פֿאָרגעשטעלט ייִדישע תּשמישי-קדושה, טראַדיציאָנעלע קליידער און ביכער.
אַ ידיעה פֿון טאַמבאָוו: דאָרטן אינעם טעאַטער פֿון יונגן צושויער בײַם מלוכישן אוניווערסיטעט האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ ספּעקטאַקל מיטן נאָמען „קדיש‟ — אויפֿן סמך פֿון גריגאָרי גאָרינס פּיעסע, וואָס איז אַ באַאַרבעטונג פֿון שלום‑עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟. אינעם ספּעקטאַקל באַטייליקן זיך אַקטיאָרן פֿון טאַמבאָווער טעאַטערס, ווי אויך סטודענטן פֿונעם אוניווערסיטעט. די הויפּט‑ראָלע שפּילט דער רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער, אָלעג בעליאַיעוו. די אויפֿפֿירונג איז פּאָפּולער ניט נאָר צווישן ייִדן, נאָר אויך בײַם ברייטן עולם.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון אירקוצק, אַ גרויסע שטאָט אין מיזרח‑רוסלאַנד. די דאָרטיקע ייִדישע קהילה האָט זיך געוואָנדן צו די דאָרטיקע ייִדן מיט אַ פֿאָרלייג צו קלײַבן געלט פֿאַר אַ נײַער ספֿר-תּורה. די ספֿר-תּורה וועט געהערן דער אירקוצקער שיל, און זײַן געווידמעט — אַזוי שטייט געשריבן אין דער ווענדונג — אַלע ייִדן פֿון דער שטאָט. מען פּלאַנירט אַרײַנצוטראָגן די ספֿר‑תּורה אין דער שיל נאָך הײַיאָר, דעם 6טן דעצעמבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.