די הויפּט‑רבנים פֿון ביידע רוסלענדישע ייִדישע קהילות האָבן באַזוכט די אונטערנעמונג אינעם מאָסקווער קרעמל, אָרגאַניזירט לכּבֿוד דעם „טאָג פֿון פֿאָלקס‑איינהייט‟. די חגא איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אין רוסלאַנד מיט 10 יאָר צוריק אַנשטאָט דעם טאָג פֿון דער אָקטאָבער‑רעוואָלוציע, און ווערט געפּראַוועט אין אָנדענק, ווען עס זענען פֿאַרטריבן געוואָרן די פּוילישע חיילות, וואָס האָבן אָקופּירט דעם מאָסקווער קרעמל אין יאָר 1612. די מלוכה האָט צונויפֿגערופֿן די פֿאַרטרעטער פֿון די וויכטיקסטע רעליגיעס אין רוסלאַנד, נאַציאָנאַלע קהילות און יוגנט‑אָרגאַניזאַציעס.
אַ פּאָר טעג שפּעטער האָבן די רבנים פֿון דער מתנגדישער קהילה אָנטייל גענומען אין דעם צוזאַמענפֿאָר פֿון אייראָפּעיִשער רבנים‑קאָנפֿערענץ, וואָס קומט פֿאָר הײַיאָר אין אַטען. דער הויפּט פֿון דער קאָנפֿערענץ, מאָסקווער רבֿ פּנחס גאָלדשמיט, האָט דערקלערט, אַז דאָס אָרט פֿאַרן צוזאַמענפֿאָר ווערט אַלע מאָל אויסגעקליבן לויט די אַקטועלע געשעענישן: מען אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענפֿאָר אין דעם לאַנד, וווּ די רבנים ווילן אַרומרעדן מיט דער רעגירונג די פּראָבלעמען מכּוח אַנטיסעמיטיזם און דער לאַגע פֿון די דאָרטיקע ייִדן. דאָס מאָל ווערט דער צוזאַמענפֿאָר דורכגעפֿירט אין גריכנלאַנד, וווּ ס׳רובֿ תּושבֿים זענען ביז איצט געשטימט אַנטיסעמיטיש. די רבנים וועלן זיך באַגעגענען מיטן פּרעזידענט פֿון גריכנלאַנד, פּראָקאָפּיס פּאַוולאָפּולאָס; מיטן ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר אין גריכנלאַנד, און דעם אַמבאַסאַדאָר פֿאַר ייִׅדישע אָנגעלעגנהייטן בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.
דערווײַל האָבן די חב״ד־רבנים אָנטייל גענומען אינעם יערלעכן צוזאַמענפֿאָר פֿון חב״ד‑שליחים, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין ניו‑יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.