ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 16, 2015, issue of December 11, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די פֿעדעראַציע פֿון עטנישע ראַטן טאַדלט דעם אַנטיסעמיטיזם

די פֿעדעראַציע פֿון עטנישע ראַטן פֿון אױסטראַליע האָט געטאַדלט דעם אַנטיסעמיטיזם װי אַ שטער צו דערגרײכן אַ מולטי־קולטורעלע געזעלשאַפֿט אין לאַנד בײַ איר יערלעכער קאָנפֿערענץ. זי האָט אױך אונטערגעשטיצט דאָס פֿאַרשטאַרקן דעם ראַסן־דיסקרימינאַציע־אַקט און האָט געטאַדלט דעם ראַסיזם אין אַלגעמײן.

צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די „דונעראַ באָיס‟

דער מעלבורנער ייִדישער מוזעום פֿון אױסטראַליע האָט דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די „דונעראַ באָיס‟, 75 יאָר נאָך דעם װי זײ זײַנען אָנגעקומען אין אױסטראַליע. די דײַטשע און עסטרײַכישע בירגער, װעלכע האָבן זיך באַזעצט אין ענגלאַנד נאָך דעם, װי זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס, זײַנען פֿאַרשיקט געװאָרן קײן אױסטראַליע אױף דער שיף „דונעראַ‟ אין 1940. זײ זײַנען פֿאַרשפּאַרט געװאָרן אין ספּעציעלע לאַגערן אין אױסטראַלישן דאָרף; אַ טײל פֿון זײ ביזן סוף פֿון דער מלחמה אין 1945. דער מוזעום האָט אױך אײַנגעפֿירט אַן אױסשטעלונג װעגן די איבערלעבונגען פֿון די „דונעראַ באָיס‟, אָפּצומערקן 75 יאָר זינט זײ זײַנען אָנגעקומען אין לאַנד.

„בני־ברית װיקטאָריע‟ — באַערט

„בני־ברית װיקטאָריע‟ איז געװען צװישן די פֿינאַליסטן פֿון די אָרגאַניזאַציעס, װעלכע די שטאָט גלען אײַראַ האָט געװאָלט באַערן פֿאַר זײערע בײַשטײַערונגען צו דער געזעלשאַפֿט.

די גרופּע איז געשאַפֿן געװאָרן מיט 75 יאָר צוריק אין 1945 און האָט הײַיאָר געהאַט העכער 500 פֿרײַװיליקע אַרבעטער אין אירע רײען. זײ פֿירן דורך פּראָיעקטן, פֿירן אײַן סטיפּענדיעס פֿאַר לערער, װעלכע װילן אָנטײלנעמען אין אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿאַר אױסטראַלישע דערציִער בײַם „יד־ושם‟, די יערלעכע „מנורה־אױסצײכענונגען‟, דעם יערלעכן „קונסט־פֿאַרמעסט פֿאַר ייִדישע יוגנטלעכע‟, קאָנצערטן פֿאַר עלטערע בירגער, עפֿנטלעכע פֿאָרומס, אַ שפּאַציר־קלוב, די אַנטי־דעפֿאַמאַציע־קאָמיסיע, און זײ זאַמלען אױך געלט לטובֿת װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס אין אױסטראַליע און אין אױסלאַנד.