(די 2 טע זײַט פֿון 2)
און די אומבאַהאָלפֿנקייט אינעם האַנדלען מיט די הונדערטער טויזנטער פּליטים! (איך ניץ זעלטן אויסרופֿצייכנס, אָבער דאָ איז מיר שווער צו פֿאַרענדיקן אַנדערש דעם זאַץ.) ווי אַזוי האָט מען געקענט דערלאָזן, אַז אַזאַ כוואַליע זאָל זיך אַ גיס טאָן אין אייראָפּע אַרײַן? קיין שום „אָביעקטיווע סיבות‟ און „הומאַניסטישע מאָטיוון‟ קענען ניט באַרעכטיקן אַזאַ באַציִונג צו דער פּראָבלעם. דער סך־הכּל וועט זײַן, בלי־ספֿק, אַז די פּאָליטיק אין אייראָפּע וועט זיך אַ קער טאָן, און קערט זיך שוין, אויף רעכטס, בפֿרט איצט, ווען מע הייבט שוין אָן פֿאַרשטיין, אַז צווישן די טעראָריסטן, וואָס האָבן דורכגעפֿירט די מערדערישע אַקציעס אין פּאַריז, זײַנען געווען, אַ פּנים, אויך „פּליטים‟ פֿון דעם פֿרישן שטראָם אימיגראַנטן.
ס׳איז קלאָר, אַז שולדיק זײַנען די פּאָליטיקער און זייערע עצה־געבער, וועלכע האָבן אויסגעקליבן די מאָדנע סטראַטעגיע פֿאַר דער „איסלאַמישער מלוכה‟, דעם אַזוי גערופֿענעם „כאַליפֿאַט‟, וואָס האָט זיך באַוויזן אויף די חורבֿות פֿון איראַק און סיריע. אַ סבֿרא, אַז די קאָלעקטיווע פּאָליטישע חכמה פֿון דער מערבֿ־וועלט האָט באַשלאָסן: זאָלן זיי ברעכן זיך דאָרטן די קעפּ, און מיר וועלן זיי ביסלעכווײַז באָמבאַרדירן און, בכלל, לאָקאַליזירן. איך געדענק, ווי עפּעס גאָר אַ חכם איז געקומען מיט דעם אײַנפֿאַל, אַז ס׳איז אפֿשר אַפֿילו גוט צו האָבן אַזאַ „מלוכה‟, ווײַל אַהין וועלן פֿאָרן אַלע ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן און דערמיט וועט רויִקער ווערן בײַ „אונדז‟.
הײַנט קענען מיר אָפּשאַצן די קלוגשאַפֿט, מישטיינס געזאָגט, פֿון אָט די סטראַטעגן. די מגפֿה איז געקומען צו „אונדז‟. וועט פּלאַפּלערײַ ווידער זײַן דער ענטפֿער אויף אָט דעם קלאָרן סיגנאַל, געשיקט מצד אונדזערע אַנטיפּאָדן? עס ווילט זיך האָפֿן, אַז מע וועט קומען צו עפּעס מער ממשותדיקס, עפּעס וואָס קען פֿירן צו אַ תּכלית.
צוריק גערעדט, פֿאַרליר איך די האָפֿענונג, ווען איך הער, אַ שטייגער, דעם אַנומלטיקן באַשלוס פֿון אַ היפּש ביסל רעגירונגען, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן: דורכצופֿירן וואַלן אין סיריע. קודם־כּל, דאַרף מען זײַן פֿריש, געזונט און משוגע צו גלייבן, אַז אַזעלכע וואַלן וועט מען קענען דורכפֿירן, מחוץ דער טעריטאָריע, וואָס געפֿינט זיך אונטערן קאָנטראָל פֿון דער איצטיקע רעגירונג, דעם פּרעזידענט באַשאַר אַל־אַסאַד. צווייטנס, וואָס וועלן אַזעלכע וואַלן בײַטן? הקיצור, הערן מיר ווידער וועגן עפּעס ניט־געשטויגענע, ניט־געפֿלויגענע פּלענער.
די רעאַלקייט איז, אָבער, אַז מע מוז אָט די לענדער, קודם־כּל — איראַק, סיריע און אַפֿגאַניסטאַן, צעברעקלען מער אָדער ווייניקער לויט די עטנישע גרענעצן. מע דאַרף, סוף־כּל־סוף, אָנערקענען, אַז דאָס זײַנען, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין מדינות, נאָר טעריטאָריעס. אָן דעם וועט די בלוט־פֿאַרגיסונג — סײַ בײַ „זיי‟ און סײַ בײַ „אונדז‟ — זיך קיין מאָל ניט אָפּשטעלן. אָן דעם וועלן זיי קיין מאָל ניט אויפֿהערן זיך שלאָגן צווישן זיך. דערנאָך קען מען שוין ביסלעכווײַז אָנהייבן אײַנפֿירן וואַלן און דעמאָקראַטיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.