(די 2 טע זײַט פֿון 2)
„לענאַ פֿינקלס כּישוף–פֿאַס‟ איז אַ געשיכטע, װאָס אַנטפּלעקט זיך אױף עטלעכע שיכטן, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ גוט ליטעראַריש װערק.
אוליניטש איז אַ תּלמידה פֿונעם רוסישן שרײַבער אַנטאָן טשעכאָװ, אָבער זי דערגרײכט צו זײַן ירושה ניט נאָר דירעקט, אָבער אױך דורך זײַנע אַמעריקאַנער יורשים, מאַלאַמוד און טײלװײַז פֿיליפּ ראָט. זי דערצײלט אַ לעבנס־געשיכטע פֿון אַ מאָדערנער פֿרױ, אַ רוסיש־ייִדישער אימיגראַנטקע, װאָס איז געקומען קײן ברוקלין דורך אַריזאָנאַ און באַמיט זיך אײַנוואָרצלען אינעם נײַעם לאַנד. אָבער אײנצײַטיק איז דאָס בוך אַ פּרוּװ צונױפֿצופּאָרן צװײ ליטעראַרישע שיטות, די רוסישע און די אַמעריקאַנישע.
אוליניטש געהערט צו דער גרופּע רוסישע אימיגראַנטן, װאָס האָבן לעצטנס פֿאַרנומען אַ בולט פּלאַץ אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער־ייִדישער ליטעראַטור, און זי איז אײנע פֿון די בעסטע און אָריגינעלסטע צװישן זײ. זי איז גאַנץ דרײסט אין אירע טעמעס, אָבער אַלטמאָדיש אין איר אָריענטאַציע אױף די אַמאָליקע ליטעראַרישע מוסטערן. זי שעפּט איר שאַפֿערישע יניקה פֿונעם עלטערן דור, דעם דור פֿון בערנאַרד מאַלאַמוד, שאול בעלאָו און פֿיליפּ ראָט.
אוליניטשעס ראָמאַן האָט נאָך אײנעם אַ ליטעראַרישן פֿאָרגײער פֿון גאָר אַן אַנדערן וועלט־װינקל. דאָס איז דער גראַפֿישער ראָמאַן „פּערסעפּאָליס‟, װאָס דערצײלט די געשיכטע פֿון דער איראַנישע אימיגראַנטקע מאַריאַנע סאַטראַפּי. זי שילדערט אירע קינדער–יאָרן בעת דער מלחמה צװישן איראַן און איראַק, איר אַריבערציִען זיך קײן אײראָפּע, און איר אומקער צוריק אַהײם, איר חתונה און גט, און צום סוף, איר קומען קײן פֿראַנקרײַך, װוּ זי װױנט עד־היום. אָנגעשריבן אױף פֿראַנצױזיש, איז דער דאָזיקער ראָמאַן איבערגעזעצט געװאָרן אױף ענגליש און אױך פֿילמירט װי אַן אַנימאַציע־פֿילם.
די לעצטע געשעענישן דערװײַזן, אַז דער ענין פֿון אימיגראַציע און קולטורעלער אַדאַפּטאַציע װעט נאָך לאַנג שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער און אײראָפּעיִשער פּאָליטיק, סײַ דער אױסערלעכער, סײַ דער אינערלעכער. דאָס איז ניט דאָס ערשטע מאָל, װען די װעלט האָט צו טאָן מיט אַ פּליטים־מבול. און הײַנט, אַזױ װי פֿריִער, האָט מען זײער אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד, װי אַזױ צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן קריזיס. די גראַפֿישע שילדערונגען פֿון די אימיגראַנטישע צרות, חלומות און דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין אַ פֿרעמדן לאַנד העלפֿן אין אַ געוויסער מאָס צו פֿאַרשטײן די פּראָבלעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.