(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַזעלכע זאָרגן וועגן די הײַנטיקע סירישע פּליטים רופֿן אַרויס בײַ אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן דערמאָנונגען וועגן די ייִדישע פּליטים ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. די פּאָליטישע און מיליטערישע סיטואַציעס זענען, פֿאַרשטייט זיך, זייער אַנדערש, אָבער ווען עס קומט צום אופֿן, ווי אַזוי די אַמעריקאַנער באַטראַכטן די פּליטים, זענען דאָ אַ סך ענלעכקייטן. אין 1939, למשל, האָט אַן אַנקעטע געוויזן, אַז 67% אַמעריקאַנער האָבן ניט געוואָלט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל דערלאָזן, אַז 10,000 דײַטשישע ייִדישע קינדער זאָלן זיך באַזעצן אין אַמעריקע. אינעם זעלביקן יאָר האָבן 53% אַמעריקאַנער אויסגעדריקט די מיינונג, אַז ייִדן זענען „אַנדערש פֿון אַנדערע אַמעריקאַנער און מע דאַרף באַגרענעצן די צאָל, וואָס וועט ווערן אַרײַנגעלאָזט‟.
אין אַן ענלעכן רעזולטאַט פֿון אַן אַנומלטיקער אַנקעטע ווילן 53% אַמעריקאַנער, אַז מע זאָל ניט אַרײַנלאָזן קיין סירישע פּליטים. אין אַן אַנדער אַנקעטע לעצטנס האָבן 56% פֿון די אויסגעפֿרעגטע אַמעריקאַנער געזאָגט דעם „אינסטיטוט פֿאַר עפֿנטלעכער רעליגיע‟, אַז די „ווערטן פֿון איסלאַם קומען אין סתּירות מיט די ווערטן פֿון אַמעריקע און דעם אַמעריקאַנער לעבנס־שטייגער‟.
אויך ענלעך זענען די זיכערהייטלעכע זאָרגן איבער די פּליטים. ערבֿ און בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די אַמעריקאַנער זיך געזאָרגט, אַז די ייִדישע פּליטים קענען באמת זײַן נאַצי־שפּיאָנען אָדער קאָמוניסטישע אַגענטן. עס קען הײַנט קלינגען אויסטערליש, ווײַל מיר ווייסן דאָך, אַז די ייִדן זענען דווקא אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס, אָבער יענע זאָרגן זענען ניט געווען אין גאַנצן אומזיסט. אין אָקטאָבער 1939, למשל, האָט די ייִדישע טעלעגראַפֿישע אַגענטור (ייִט׳׳אַ) איבערגעגעבן, אַז מע האָט געכאַפּט דײַטשישע אַגענטן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשטעלט ווי ייִדישע פּליטים אין האָלאַנד. אין 1942 האָט די „ייִט׳׳אַ‟ באַריכטעט, אַז צום ווייניקסטן איין נאַצי־שפּיאָן, וואָס האָט זיך באַהאַלטן אויף אַ פּליטים־שיף, האָט טאַקע דערגרייכט אַמעריקע, פֿאַרשטעלט ווי אַ ייִד. ניט געקוקט אויף אַזעלכע אינצידענטן, אָבער, זענען דאָ זייער ווייניק מענטשן איצט, וואָס האַלטן, אַז ס׳איז געווען באַרעכטיקט, וואָס מע האָט אַרײַנגעלאָזט אַזוי ווייניק ייִדישע פּליטים.
הײַנט, אַזוי ווי דעמאָלט, פּלאָנטערן אַ סך אַמעריקאַנער די פּליטים מיט די מענטשן, פֿון וועלכע די זעלביקע פּליטים אַנטלויפֿן. מיר ייִדן בכלל, און די אַמעריקאַנער ייִדן בפֿרט, טאָרן ניט מאַכן אַזאַ טעות. ווי עס טרעפֿט זיך, פּרובירן איצט אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דאָס צו פֿאַרזיכערן.
אין אַן עפֿנטלעכן בריוו צום אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָבן צען אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, „די אַנטי־דעפֿעמאַציע־ליגע‟, HIAS, „די אוניע פֿאַר רעפֿאָרם־ייִדישקייט‟ און דער „נאַציאָנאַלער ראָט פֿון ייִדישע פֿרויען‟ געבעטן, אַז מע זאָל אַרײַנלאָזן די סירישע פּליטים. „צו לאָזן אויף הפֿקר די פּליטים וואָלט פֿאַרראַטן די עיקר־פּרינציפּן פֿון אונדזער לאַנד‟, האָבן זיי געשריבן אינעם בריוו. מאַרק העטפֿעלד, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון HIAS, האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיטן אינטערנעץ־זשורנאַל VOX, אַז די ייִדישע ווערטן און אונדזער היסטאָרישער זכּרון צווינגען די ייִדן צו העלפֿן די סירישע פּליטים. ער האָט איבערגעגעבן אינעם אינטערוויו, אַז עס שטייט 36 מאָל אין דער תּורה, אַז מע מוז ליב האָבן דעם פֿרעמדן, פּונקט אַזוי ווי זיך אַליין. ער האָט צוגעגעבן, אַז מיר „קענען דאָס האַרץ פֿונעם פֿרעמדן, ווײַל מיר זענען געווען פֿרעמדע אין מצרים‟.
מיר, אַמעריקאַנער ייִדן, ווייסן דאָך וואָס עס הייסט צו לעבן אין אַ לאַנד, וואָס האָט פֿאַר אונדזער פֿאָלק פֿאַרשלאָסן די טויערן צו פֿרײַהייט, פּונקט ווען מע האָט צום מערסטנס זיך גענייטיקט אין אַ מקום־מיקלט. מיר טאָרן ניט דערלאָזן, אַז אַמעריקע זאָל, חלילה, נאָך אַ מאָל טאָן די זעלביקע זאַך מיט אַן אַנדער פֿאָלק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.