(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די פֿאָלקזינגערס האָבן אויך פֿאַרשטאַנען, ווען מע דאַרף זינגען מיט ווייניקער עמאָציע, כּדי צו זינגען אַ באַלאַדע. די געפֿילן פֿונעם זינגער טאָרן זיך נישט אַרײַנמישן אין דעם זשאַנער פֿון געזאַנג. בײַ די לידער זינגט מען יאָ מיט אַ רעגולערן ריטעם, און דאָ און דאָרט גיט מען צו אַ ביסל דראַמאַטישקייט, אָבער בלויז אַ באַגרענעצטע „דאָזע‟. אַלע דאַרפֿן הערן די באַלאַדע (כּמעט אַלע מאָל אַ טראַגישע מעשׂה, נישט קיין פֿריילעכע) און איבערלעבן די באַלאַדע צוזאַמען.
צי ס’איז דאָ אַ חילוק צווישן מענער און פֿרויען בײַם פֿאָלקסגעזאַנג־סטיל, איז אַ האַרבע שאלה. אין אַלגעמיין, האַלט איך, אַז די מענער האָבן ליב צו זינגען פֿריילעכע לידער, און די פֿרויען — טרויעריקע. אָבער אין דער אמתן, ווערט די מעשׂה אין גאַנצן אויסגעמישט, ווײַל די זין לערנען זיך אויך אויס אַ סך טרויעריקע ליבע־לידער פֿון זייערע מאַמעס. עס קלינגט אפֿשר נישט עכט, אָבער מענער־זינגערס זינגען אויך די לירישע דיאַלאָגן צווישן מאַמעס און טעכטער, וואָס געפֿינען זיך בשפֿע אין דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע.
עס איז מיר אויסגעקומען צו הערן אין געוויסע לידער אַ חילוק, ווי מענער און פֿרויען זינגען זיי. וועלוול זבאַרזשערס ליד „קום אַהער דו פֿילאָסאָף‟, האָב איך געהערט סײַ ווי אַ שאַרף, איראָניש ליד, געזונגען פֿון אַ מאַן, און סײַ ווי אַ לויב צום רבין, אָן סאַרקאַזם, געזונגען פֿון אַ פֿרוי. נאָך אַ משל — דאָס אַרבעטער־ליד „ברידער מיר האָבן געשלאָסן‟ פֿון ה. אַלעקסאַנדראָוו, ווערט פֿון מענער און בונדיסטן געזונגען ווי אַ מאַרש, אָבער, מײַן באָבע ליפֿשע שעכטער־ווידמאָן האָט דאָס געזונגען פּאַמעלעך מיט האַרץ־ווייטיק, און דער מאַרש איז מגולגל געוואָרן אין אַ טרויעריקער באַלאַדע.
עס איז נאָך דאָ אַ סך אויסצופֿאָרשן און פֿאַרגלײַכן, און מע דאַרף האָבן סענסיטיווע אויערן, ווען מע הערט זיך צו צו די אַלטע רעקאָרדירוגען פֿון פֿאָלקסזינגער, כּדי איבערצוגעבן צו ייִנגערע זינגערס, וואָס איז די טראַדיציע. אויב זיי הערן דעם אונטערשייד צווישן דעם אַמאָל און הײַנט און באַשליסן, אַז די אַלטע טראַדיציע פּאַסט נישט פֿאַר זיי — פֿײַן, אָבער זאָל דאָס ווערן באַשלאָסן מיט וויסן און נישט מיט אומוויסן.
צו זען ווי די גרופּע „אַנ־סקי ייִדישער־ירושה־אַנסאַמבל‟, מיט די זינגערס עטל ריים און מיישקע אַלפּערט, זינגען ייִדישע לידער אין דעם אַלטן סטיל פֿון פֿאָלקסזינגערס, גיט אַ קוק אויף דעם וועבזײַטל:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.