דער „פֿייסבוק‟־מעכאַניזם פֿון „לײַק‟־„געפֿעלט‟ איז אײַנגעבויט אין דעם וועבזײַטל פֿון דעם הײַנטיקן „פֿאָרווערטס‟. דאָס איז אַ סימן־מובֿהק פֿון דער צײַטונג — כ׳האָב אַזאַ זאַך ניט באַמערקט אין דעם ענגלישן שוועסטערקינד און ניט אין קיין אַנדערע צײַטונגען, וואָס זײַנען מיר באַקאַנט. דער דאָזיקער מכשיר גענערירט אַ מין אינדיקאַטאָר, וואָס ווײַזט אויף וויפֿל דער אָדער יענער אַרטיקל נעמט אויס בײַ די לייענער.
דערמיט ווערן אַלע באַזוכער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַטל גלײַך ווי פֿאַררעכנט פֿאַר „פֿרײַנד‟ (אין די „פֿייסבוק‟־טערמינען) פֿון די מחברים. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, בלויז וועגן דעם טייל לייענער, וואָס ניצן דעם אינטערנעץ־נוסח פֿון דער צײַטונג. די „לײַקס‟ כאַפּן ניט אַרום דעם עולם, וואָס נעמט אין די הענט דעם פּאַפּירענעם נוסח. אַ סבֿרא, אַז דאָס זײַנען בכלל גאַנץ פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס לייענער.
אַזוי אָדער אַנדערש, האָב איך באַמערקט אַזאַ טענדענץ: די אַרטיקלען מײַנע, וואָס מע קען קלאַסיפֿיצירן ווי „פּאָליטישע‟, ציִען, בדרך־כּלל, צו ווייניקער „לײַקס‟ איידער די אַרטיקלען, אין וועלכע איך באַריר ייִדיש־שײַכותדיקע פֿראַגן. מיינען קען עס צוויי זאַכן: אָדער מײַנע אָפּקלאַנגען אויף די הײַנטיקע געשעענישן זײַנען ניט אינטערעסאַנט דעם אינטערנעץ־עולם פֿון „פֿאָרווערטס‟, אָדער די דאָזיקע גרופּע לייענער אינטערעסירט זיך ניט בכלל מיט אַזעלכע טעמעס. לכל־הפּחות קוקן זיי ווייניקער אַרײַן אין זיי אויף די עלעקטראָנישע שפּאַלטן פֿון דער ייִדישער צײַטונג.
אין דעם זין זײַנען די הײַנטיקע לייענער לחלוטין אַנדערע, אויב מע פֿאַרגלײַכט זיי מיט די וואָס פֿלעגן קויפֿן דעם „פֿאָרווערטס‟ אין די אַמאָליקע צײַטן. דער אַלטער „פֿאָרווערטס‟ איז דאָך געווען, קודם־כּל, אַ פּאָליטישע צײַטונג, וועלכע האָט געפּריידיקט סאָציאַליסטישע און, אַ סך שפּעטער, ליבעראַלע (פֿאַקטיש, „ווייך־סאָציאַליסטישע‟) ווערטן. לאָמיר ניט פֿאַרגעסן, אַז אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון סאָציאַליזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז ניט געווען קיין אַנדער צײַטונג, וועלכע זאָל שפּילן אַזאַ ממשותדיקע ראָלע אין דער אַרבעטער־באוועגונג.
דער סאָציאַליזם, וואָס די צײַטונג איז אים געווען אַזוי געטרײַ אין משך פֿון די בעסטע (אין דער הינזיכט פֿון טיראַזש און השפּעה) יאָרן אירע, איז ניט געווען סטאַטיש, ער האָט זיך מיט דער צײַט געביטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ס׳איז ניט געווען קיין תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟, ווען יעדער זשורנאַליסט אירער האָט געגלייבט אין דעם זעלבן שניט פֿון סאָציאַליזם. אַלע מאָל איז געווען אַ גאַנץ ברייטער דיאַפּאַזאָן פֿון סאָציאַליסטישע איבערצײַגונגען, און מע האָט זיך אַרום דעם געקריגן, אָפֿט מאָל זייער הייס, און צו מאָל אַפֿילו אומברחמנותדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.