ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 24, 2015, issue of December 11, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איז וואָס האָט דאָס אַלץ צו טאָן מיטן ייִדישן לעבן אין וואַרשע? דער ענטפֿער איז: דער ייִדישער מוזיי. אַהין האָט „וויוואַ‟ אײַנגעלאַדן די וואַרשעווער HIGH SOCIETY אויף א גרויסער מסיבה לכּבֿוד דעם פֿאָטאָגראַפֿיע־פֿאַרמעסט.

ווער האָט געמאַכט דעם גרעסטן אײַנדרוק צווישן די קינסטלערס, וואָס זענען געקומען אויף דער מסיבה?

די יונגע שיינע זינגערין דאָדאַ. מיר ווייסן נישט, צי דאָדאַ (קורץ פֿאַר דאָראָטעאַ) ווייסט, וואָס „דאָדאַ‟ מיינט אויף העברעיִש — אַ מומע. ווי סע זאָל נישט זײַן, האָט די שיינע דאָדאַ טאַטויִרט מיט העברעיִשע אותיות אויף איר שיינעם קערפּער: „איך האָב ליב דאַרעק‟, אָדער עפּעס אַזוינס. דאָדאַ איז געקומען צו דער „וויוואַ‟־מסיבה אָנגעטאָן אין אַ קלייד, וואָס האָט אַנטפּלעקט כּמעט אַלץ, וואָס זי פֿאַרמאָגט. אירע שיינע ציצן, וואָס זי האָט געהאַט באַשמירט מיט בוימל, האָבן געשײַנט מיט אַ הערלעכן גלאַנץ.

ווער ס׳איז געווען אינעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי ווייסט, אַז די ערשטע גאַלעריע איז געווידמעט שמואל־יוסף עגנונען. „פּולין‟, שרײַבט עגנון, קלינגט ווי „פּה־לין‟, דהײַנו, שלאָף דאָ. פּוילן איז טאַקע געווען במשך פֿון הונדערטער יאָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר די ייִדן אין אייראָפּע. די וואַרשעווער לצים טענהען, אַז עגנון איז טאַקע געווען גערעכט. מיט דער שיינער דאָדאַן איז כּדאַי צו פֿאַרברענגען גאַנצע נעכט אינעם ייִדישן מוזיי.

אויף ישׂראל זעט מען

KA DE WE אָדער KAUFHOF DES WESTENS — איז דער גרעסטער אײַנקויף־צענטער אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט. מיר אין פּוילן דאַרפֿן נישט פֿאָרן קיין בערלין, אַ מהלך פֿון פֿינעף שעה מיט דער באַן, כּדי צו קויפֿן דאָרטן די בעסטע מאכלים און דעם בעסטן ווײַן. מיר קענען עס באַשטעלן אויף דער אינטערנעץ.

לעצטנס, האָט אָבער „קאַ דע ווע‟ דערקלערט, אַז זי וועט אַרײַנלייגן אין חרם די ישׂראלדיקע פּראָדוקטן פֿון די באַזעצטע געביטן. „קא דע ווע‟ האָט אַראָפּגענומען פֿון די פּאָליצעס אַכט מינים ווײַן, ווײַל זיי ווערן אימפּאָרטירט פֿון די גולן־בערג, אַן אַמאָליקע סירישע טעריטאָריע. „קא דע ווע‟ האָט עס געטאָן, פֿאַרשטייט זיך, צוליב מאָראַלישע סיבות. די בעלי־בתים פֿון דער גרויסער דײַטשישער פֿירמע האָבן אָבער פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, אַז „קא דע ווע‟ איז געווען אַ ייִדישע פֿירמע, וואָס די דײַטשן האָבן באַגנבֿעט, אַ דאַנק די אַנטיסעמיטישע געזעצן פֿון די נאַציס. אָבער מילא. „קא דע ווע‟ האָט זיך בסוף אַ ביסל דערשראָקן פֿונעם רעש, וואָס דער דאָזיקער בויקאָט האָט געמאַכט און צוריקגעשטעלט די ישׂראלדיקע ווײַנען אויף די פּאָליצעס.