(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זשאַבאָטינסקיס ציל איז געװען צו שילדערן זײַן װעג צו ציוניזם. זײַן לעבנס־געשיכטע האָט געדאַרפֿט דערמוטיקן דעם ייִנגערן דור צו פֿאָלגן אין זײַנע טריט. און דאָס פֿעלן אַן אינטערעס צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקײט איז געװען ניט קײן חסרון. אַנשטאָט דעם האָט ער שױן יונגערהײט פֿאַרמאָגט אַ פֿעסטן גלױבן אין דעם אױפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה. „װען איז בין געװען זיבן יאָר אַלט, האָב איך געפֿרעגט מײַן מאַמע: ׳בײַ אונדז, ייִדן, װעט אױך זײַן אַן אײגענע מדינה?’ זי האָט געענטפֿערט: ‘אַװדאי װעט זײַן, נאַרעלע!’ און מער האָב איך אַזאַ פֿראַגע ניט געפֿרעגט, מיר איז געװען גענוג איר ענטפֿער.‟ זײַן גלױבן איז ניט געװען קײן אידעאָלאָגישע אָדער פּאָליטישע „איבערצײַגונג‟, זאָגט װײַטער זשאַבאָטינסקי: „דאָס איז געװען פּונקט אַזאַ נאַטירלעכע זאַך װי דאָס װאַשן די הענט אין דער פֿרי אָדער דאָס עסן אַ טעלער זופּ בײַ אַ װעטשערע‟.
זײַן „נאַטירלעכער‟ ציוניזם איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער אײגנאַרטיקער אָדעסער קולטור: „איך האָב ניט געזען קײן אַנדערע שטאָט מיט אַזאַ לײַכטער אַטמאָספֿער.‟ דװקא אָדעס האָט פֿאַר אים געדינט װי אַ מוסטער פֿון דער צוקונפֿטיקער ייִדישער מלוכה: „פֿון גאָרנישט, פֿון נול איז אַנטשטאַנען די דאָזיקע שטאָט הונדערט יאָר פֿאַר מײַן געבורט. אירע תּושבֿים האָבן געפּלאַפּלט אױף צען שפּראַכן, אָבער קײן אײנציקע פֿון זײ האָבן זײ ניט באַהערשט בשלימות. צװישן מײַנע באַקאַנטע איז געװען בלױז אײנער, װאָס זײַן פֿאָטער איז אױך געבױרן געװאָרן אין אָדעס.‟ אַזאַ מין „אָדעס‟ האָט מען שפּעטער געפּרוּװט אױפֿצובױען אױפֿן ברעג פֿון מיטללענדישן ים אין תּל־אָבֿיבֿ. װעגן דעם זאָגן עדות די נעמען פֿון אײניקע גאַסן אינעם שטאָט־צענטער: דיזענגאָף, לעװינסקי, באָגראַשאָװ. אײניקע פֿון זײ זײַנען שױן לגמרי פֿאַרגעסן הײַנט.
זשאַבאָטינסקי איז אױפֿגעװאַקסן אין דער פֿילשפּראַכיקער שטאָט, אָבער זײַן אײגענע שפּראַך איז געװען רוסיש: „אין דער הײם און אױף דער גאַס האָבן מיר גערעדט בלױז אױף רוסיש, די מאַמע האָט גערעדט ייִדיש נאָר מיט מײַנע עלטערע מומעס. מײַן שװעסטער און איך האָבן זיך אָנגעלערנט צו פֿאַרשטײן די דאָזיקע שפּראַך, אָבער אונדז װאָלט עס קײן מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן צו װענדן זיך צו דער מאַמען אָדער צו נאָך עמעצן אױף ייִדיש.‟ די שװעסטער האָט אים אויסגעלערנט צו לײענען רוסיש, און אַ שכן, דער באַרימטער העברעיִשער מחבר יהושע חנא ראַװניצקי, האָט זיך אונטערגענומען אויסצולערנען דעם בחור לשון־קודש.
װי עס דערקלערט פּראָפֿעסאָר האָראָװיץ, איז זשאַבאָטינסקי ניט תּמיד געטרײַ די פֿאַקטן אין זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע. זשאַבאָטינסקי איז געװען אױסן צו געבן זײַנע יונגע נאָכפֿאָלגער אַ מוסטער אױף נאָכצומאַכן. דאָס נאַציאָנאַלע געפֿיל געהערט, לױט זײַן פּרעזענטאַציע, צו דער מענטשלעכער טבֿע. דערבײַ האָט ער פֿאָרױסגעזען די צוקונפֿטיקע ייִדישע מדינה װי אַ מאָדערנע ליבעראַלע און װעלטלעכע געזעלשאַפֿט, װוּ ייִדן און אַראַבער האָבן גלײַכע נאַציאָנאַלע און קולטורעלע רעכט. דאָס דאָזיקע בילד איז געװען פֿול מיט סתּירות, און זשאַבאָטינסקיס נאָכפֿאָלגער אין „ביתּר‟ און „חרות‟ זײַנען ניט פֿאַרבליבן געטרײַ דעם אידעאַל פֿון זײער לערער; זײ זײַנען דאָך ניט אױפֿגעװאַקסן אין אָדעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.