ייִדן פֿון אַמסטערדאַם — אין פֿאָטאָגראַפֿיעס

Jews in Amsterdam Through a Lens


פֿון גאַליע פּעטרענקאָ

Published December 02, 2015, issue of December 25, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

סימאָן מ., 58 יאָר אַלט, ראָטערדאַם:

„איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דער אויסשטעלונג צוליב אַן אַרטיקל אין מײַן באַליבטער צײַטונג ׳דע פֿאָלקסקראַנט׳. מײַן טאַטע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1919 אין אַ קליין שטעטל אין דרום-האָלאַנד, פֿלעגט מיר פֿיל דערציילן וועגן זײַנע יונגע יאָרן, וועגן דער שול, וווּ ער האָט געהאַט אויך ייִדישע פֿרײַנד; וועגן די פֿילצאָליקע ייִדישע קרעמלעך, וווּ ער פֿלעג קויפֿן זיסוואַרג… איצט איז אַן אַלטער בית-עולם — די איינציקע דערמאָנונג פֿונעם פֿאַקט, אַז פֿאַר דער מלחמה פֿלעגן דאָרט וווינען ייִדן. כאָטש איך בין אויסגעוואַקסן אין דער צווייט־גרעסטער שטאָט פֿונעם לאַנד, האָב איך, ווי אַ קינד, נישט געהאַט קיין ייִדישע פֿרײַנד; אָדער אפֿשר האָב איך ניט געוווּסט וועגן זיי, הגם אין די צײַטן פֿון מײַנע טאַטע-מאַמע איז די ייִדישע קהילה געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. דעריבער בין איך הײַנט דאָ, כּדי מער זיך צו לערנען וועגן מײַנע לאַנדסלײַט, וואָס איך האָב, צום באַדויערן, כּמעט גאָרנישט וועגן זיי ניט געוווּסט. איך קוק אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס און איך זע אַ טײל פֿונעם לעבן אין האָלאַנד, וואָס איך האָב עס פֿריִער קיין מאָל נישט געזען.‟

אינגריד וו., 67 יאָר אַלט, אַמסטערדאַם:

„איך וווין דאָ אין דער געגנט, ניט ווײַט פֿונעם מוזיי מײַן גאַנץ לעבן, און איצט פֿיל איך זיך איבערגענומען, ווײַל איך דערקען אַ סך געסלעך, געוועלבן און אַפֿילו עטלעכע פּערסאָנאַזשן פֿון פֿרידס בילדער; למשל, עלי וואָס האָט פֿאַרקויפֿט פֿיש אויף וואַטערלאָפּליין [אַ גרויסער סקווער אין דער געגנט — ג. פּ.]; אָדער סאַל מייער און זײַן שניטקעס-קראָם [די כּשרע קראָם עקזיסטירט אין אַמסטערדאַם זינט 1957, און איז זייער באַרימט. זי געהערט נאָך צו דער גרינדערס-משפּחה — ג.פּ.]. סײַ אין שול, סײַ אין אוניווערסיטעט האָב איך געהאַט אַ סך ייִדישע באַקאַנטע — אַמסטערדאַם איז דאָך שטענדיק געווען אַן אינטערנאַציאָנאַלע שטאָט. די 1950ער און 1960ער יאָרן זענען געווען ניט קיין גרינגע, אָבער פֿאָרט גוטע צײַטן. אַוודאי, האָבן פֿיל ייִדן, אויך מײַנע פֿרײַנד, זיך אַריבערגעקליבן קיין צפֿון-אַמעריקע אָדער ישׂראל, אָבער איך קוק אויף די גליקלעכע פּנימער אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס, און זיי פֿילן אָן מײַן האַרץ נאָר מיט וואַרעמע דערמאָנונגען.‟

די אויסשטעלונג קאָן מען באַזוכן ביזן 14טן פֿעברואַר 2016.