(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די נתנזאָנס זענען באַקאַנטע פֿילאַנטראָפּן. לכּבֿוד דער שׂימחה האָבן זיי באַשטעלט אַ ספֿר־תּורה בײַ אַ סופֿר סת״ם. דאָס בר-מיצווה־ייִנגל האָט געלייענט פֿונעם ספֿר־תּורה, וואָס טאַטע־מאַמע האָבן געשאָנקען דער לאָדזשער ייִדישער קהילה.
דאָס איז די ערשטע נײַע ספֿר־תּורה אין לאָדזש זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה.
בר (באַר) ראָזנער־וואַקס איז אַ תּלמידה אין אַ ירושלימער גימנאַזיע. בר איז געווען אַ ביסל אַנטוישט פֿון איר גימנאַזיע־נסיעה קיין פּוילן אויף די שפּורן פֿונעם חורבן.
בר באַטאָנט, אַז פֿאַר אַ סך תּלמידים בלײַבט די חורבן־טעמע פֿרעמד, אַפֿילו נאָך דער נסיעה קיין פּוילן. בר דערציילט, אַז פֿאַר איר האָט די נסיעה יאָ געהאַט אַ זין, ווײַל איר באָבע איז אַ לעבן־געבליבענע. אין אוישוויץ האָט בר ראָזנער געזען מיט די אייגענע אויגן דעם באַראַק, וווּ איר באָבע איז געווען. מסתּמא דערפֿאַר האַלט זי, אַז סע וואָלט געווען כּדאַי צו באַקענען די יונגע ישׂראלים מיט די לעבן־געבליבענע — פֿאַר דער נסיעה קיין פּוילן. ראשית, וואָלטן זיי אויף אַזאַ אופֿן געהערט פֿון די קרבנות אַליין וועגן דעם חורבן. אַ פּערזענלעכן קאָנטאַקט מיט די קרבנות איז שטאַרקער פֿון פֿילמען אָדער ביכער. אַחוץ דעם, נייטיקן זיך אַ סך פֿון די לעבן־געבליבענע אין הילף. זיי געפֿינען זיך אין אַ שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ. די יונגע לײַט קענען זיי העלפֿן אויף כּל־המינים אופֿנים; למשל, מיט פּראָסטע זאַכן, ווי צו העלפֿן זיי קויפֿן עסן אויפֿן מאַרק.
בר און אירע חבֿרים ווילן אויך העלפֿן פֿינאַנציעל די לעבן־געבליבענע, וואָס זייער צאָל אין ישׂראל איז מער ווי פֿופֿציק טויזנט. זיי ווענדן זיך צו מלוכישע און פֿילאַנטראָפּישע אינסטיטוציעס צוליב דעם.
בכלל וויל בר, אַז דאָס העלפֿן די ניצול־געבליבענע זאָל ווערן אַ באַדינג און אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער נסיעה פֿון די גימנאַזיסטן קיין פּוילן. בר ראָזנער־וואַקס האָט אָנגעשריבן אַ פּעטיציע וועגן דעם ענין. טויזנט תּלמידים האָבן זי שוין אונטערגעשריבן. בר האָפֿט, אַז אַ סך מער תּלמידים וועלן אונטערשרײַבן די פּעטיציע, כּדי די מלוכה זאָל זי נעמען אין באַטראַכט און פֿאַרווירקלעכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.