ס׳איז די מענטשלעכע נאַטור, אַז וויבאַלד מע מוז טאָן איין זאַך, באַקומט מען שטאַרק חשק צו טאָן עפּעס אַנדערש. אַנשטאָט צוגרייטן די שטײַער־דאָקומענטן אָדער אויספֿילן אַ לאַנגע אַפּליקאַציע, ווילט זיך בעסער אויפֿראַמען דאָס הויז, אָפּפֿאַרבן די ווענט מיט פֿרישער פֿאַרב, אָדער טאָן וואָס עס זאָל ניט זײַן, אַבי ניט טאָן דאָס וואָס מע דאַרף. אַזוי איז אויך געשען מיט מיר: וויבאַלד איך דאַרף פֿאַרענדיקן מײַן דיסערטאַציע, האָב איך פּלוצעם באַקומען חשק צו מאַכן אַ נסיעה איבער אייראָפּע, צו פֿאָרן אויף קאָנפֿערענצן, און צו קוקן אויף שיינע אַלטע בנינים און קונסטווערק, וואָס האָבן ניט קיין שײַכות מיט דער אַרבעט.
בײַם אַוועקפֿאָרן האָב איך באמת ניט געהאַט קיין פּלאַן, אַחוץ די ייִדיש־קאָנפֿערענצן אין טריר און וואַרשע, וווּ איך האָב געוואָלט זיך באַווײַזן. אָבער עס האָט זיך געמאַכט, ווילנדיק צי ניט־ווילנדיק, אַז מײַן נסיעה האָט מיך געבראַכט אויף ערטער, פֿאַרבונדן מיט די מענטשן, וואָס פֿיגורירן אין מײַן דיסערטאַציע — די פֿילאָלאָגן פֿון ייִוואָ.
צום ערשט, בין איך אָנגעקומען אין דײַטשלאַנד, וואָס איז אין די 1920ער יאָרן געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג. אין בערלין האָבן געוווינט די ייִוואָ־גרינדער נחום שטיף און מאַקס ווײַנרײַך, דער היסטאָריקער טשעריקאָווער, דער סטאַטיסטיקער לעשטשינסקי, און אַ סך אַנדערע. דאָרט האָב איך געפֿונען דעם אַדרעס, וווּ ווײַנרײַך האָט געוווינט אין דער געגנט שאַרלאָטענבורג, וואָס איז אויך הײַנט אַ פּאָפּולערער אָרט פֿאַר רוסישע עמיגראַנטן. איין גאַס פֿון זײַן דירה, אויף דער קאַנט־גאַס, שטייט הײַנט אַ רוסישע ביכערקראָם!
איך בין אויך געפֿאָרן קיין מאַרבורג, וווּ ווײַנרײַך האָט אָנגעשריבן זײַן דיסערטאַציע בײַם דירעקטאָר פֿונעם דאָרטיקן „דײַטשן שפּראַכאַטלאַס‟, פֿערדינאַנד וורעדע. פּראָפֿ׳ ייִרג פֿלײַשער און ד״ר לאה שעפֿער, הײַנטיקע מיטאַרבעטער בײַם „שפּראַכאַטלאַס‟ — וואָס זיי מאַכן איצט, אַגבֿ, אַ וויכטיקע פֿאָרשונג וועגן מערבֿ־ייִדיש — האָבן מיר געוויזן די היסטאָרישע ערטער: וווּ דער „שפּראַכאַטלאַס‟ האָט זיך געפֿונען אין ווײַנרײַכס צײַטן, און וווּ ער האָט אַליין געוווינט (ניט ווײַט פֿונעם פֿילאָסאָף מאַרטין הײַדעגער, ווײַזט אויס).
פֿערדינאַנד וורעדע האָט קענטיק געהערט צו דער קאָנסערוואַטיווער אַלטער גוואַרדיע פֿון די דײַטשע פּראָפֿעסאָרן, אָבער ער איז מסתּמא ניט געווען קיין געפֿערלעכער אַנטיסעמיט. ווען ער האָט זיך פּענסיאָנירט ווי דירעקטאָר פֿונעם „שפּראַכאַטלאַס‟, איז דער נײַער צײַטווײַליקער דירעקטאָר געווען אַ ייִד — הערמאַן יאַקאָבסאָן. נאָך דעם ווי היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט יאַקאָבסאָן זיך גענומען דאָס לעבן, און בכלל האָבן זיך געדרייט אַרום דעם „שפּראַכאַטלאַס‟ אַ סך נאַציס. אַפֿילו וורעדע האָט אונטערגעשריבן די טרויעריק באַרימטע „שבֿועה פֿון די דײַטשע פּראָפֿעסאָרן צו אַדאָלף היטלער‟ אין 1933 — אַ יאָר פֿאַר זײַן טויט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.