דעם 24סטן נאָוועמבער 1956 איז אין „פֿאָרווערטס‟ אַרויס אַן אַרטיקל, געשריבן דורך דעם דעמאָלטיקן רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג הלל ראָגאָף. די טעמע, וואָס ער האָט באַרירט, איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין דעם טיטל פֿונעם אַרטיקל: „רעליגיע אויף דער ייִדישער גאַס‟. אין דער אמתן, איז די רייד געגאַנגען, דער עיקר, ניט וועגן ייִדן בככל, נאָר וועגן דער היגער „גאַס‟, דאָס הייסט וועגן דעם מצבֿ אין אַמעריקע.
ראָגאָף האָט געשריבן אַן ענטפֿער אויף אַ בריוו (אויך געדרוקט אין דער צײַטונג) פֿון דעם יוניאָן־טוער יוסף ברעסלאַוו, וועלכער האָט געבעטן צו דערקלערן אים און זײַנע חבֿרים די באַציִונג פֿון דער צײַטונג צו רעליגיע. ברעסלאַוו האָט דערמאָנט, אַז אַמאָל זײַנען ייִדישע סאָציאַליסטן געווען גאַנץ מיליטאַנטיש געשטימט צו רעליגיע, געהאַלטן זי פֿאַר אַ מניעה אויפֿן וועג צו אַ יושרדיקער, פּראָגרעסיווער צוקונפֿטיקער געזעלשאַפֿט. אָבער דער מחבר פֿונעם בריוו האָט באַמערקט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ איז געוואָרן מילד צו פֿרומע ייִדן. און צו מאָל האָט פּשוט געמאַכט אַ שווײַג, ווען דער לייענער האָט דערוואַרט פֿון דער צײַטונג אַ קלאָרע אָפּשאַצונג פֿון געשעענישן, פֿאַרבונדן מיט די חרדים.
כאַראַקטעריסטיש, אַז ראָגאָף האָט די פּאָזיציע פֿון זײַן צײַטונג, אין תּוך אַרײַן, ניט דערקלערט, סײַדן די ווערטער, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט ניט קיין באַציִונג צו רעליגיע, קען פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַן ענטפֿער. אַנשטאָט דעם האָט ער באַשריבן די געשיכטע פֿון דער פּראָבלעם. און דאָס איז אויך אינטערעסאַנט, ווײַל ראָגאָף איז געווען זייער אַ גוטער קענער פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, און זײַן אַנאַליז איז באמת וואָגיק.
לויט זײַן מיינונג, האָבן די ייִדישע ראַדיקאַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ניט געפֿירט קיין ערנסטן קאַמף קעגן רעליגיע. אַפֿילו די אַנאַרכיסטישע „יום־כּיפּור־באַלן‟ זײַנען ניט געווען קיין טייל פֿון אַזאַ קאַמף. מע האָט אַזעלכע באַלן געהאַלטן פֿאַר אַ גוטן אײַנפֿאַל צו פֿאַרווײַלן זיך אויף אַזאַ אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.