(די 2 טע זײַט פֿון 3)
דער עולם איז געזעסן בײַ געדעקטע טישן, אָבער אַ דאַנק דער וווּנדערלעכער מאָניקאַ כשאָנטאָווסקאַ האָבן זיי כּמעט פֿאַרגעסן צו קײַען די פּאָנטשיקעס און ממתּקים, וואָס מען האָט זיי דערלאַנגט. זיי האָבן געמורמלט אין איינעם מיט דער זינגערין די גוט באַקאַנטע „ליריקס‟, דהײַנו, ווערטער פֿון די סענטימענטאַלע פֿאַר-מלחמהדיקע פּוילישע טאַנגאָס — אַגבֿ, אַלע געשריבן פֿון ייִדן.
בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט וועראַ גראַן געזונגען אין וואַרשע, כאָטש אויף איין אָוונט האָט איר עולם געקאָנט פֿאַרגעסן אין דער שוידערלעכער ווירקלעכקייט פֿון דער געטאָ, און דערמאָנען בעסערע און שענערע, פֿאַר־מלחמהדיקע טעג. פֿאַר דער מלחמה האָבן די ייִדישע קינסטלערס באַהערשט דאָס מוזיקאַלישע לעבן אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט.
פֿאַר די קינסטלער איז לײַכטער געווען צו בלײַבן בײַם לעבן. אַ קליינע גרופּע מוזיקער, אַקטיאָרן און זינגער, וואָס זענען טאַקע לעבן געבליבן, האָבן גלײַך נאָך דער מלחמה אָנגעהויבן באַשולדיקן איינער דעם אַנדערן אין קאָלאַבאָראַציע.
יאָנאַש טורקאָוו האָט געזאָגט, למשל, אַז וועראַ גראַן האָט נישט נאָר געזונגען אין געטאָ. לויט אים האָט זי אויך קאָלאַבאָרירט מיט דער „געסטאַפּאָ‟. וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן, וואָס מיר קענען אַלע, אַ דאַנק פּאָלאַנסקיס פֿילם „דער פּיאַניסט‟, האָט זיך געטענהט, אַז געזען האָט ער נישט, אָבער געהערט, אַז וועראַ גראַן (אין דער אמתן גרינבערג) איז געווען אַ קאָלאַבאָראַנטקע. ער איז געווען, אַגבֿ, איר באַגלייטער אויף דער פּיאַנע בשעת זי האָט געזונגען אין „קאַפֿע שטוקאַ‟ אין דער וואַרשעווער געטאָ. גראַן האָט באַשולדיקט שפּילמאַנען, אַז ער, נישט זי, איז געווען אַ קאָלאַבאָראַנט.
מאָניקאַ כשאָנטאָווסקאַ האָט דערמאָנט די טרויעריקע געשיכטע פֿון דער זינגערין, וואָס האָט נישט געקאָנט אויסהאַלטן די באַשולדיקונגען און געמוזט פּראַווען גלות אין פּאַריז ביז איר טויט אין יאָר 2007.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.