(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אַ פּרעמיערע אין ייִדישן טעאַטער — די פּיעסע הייסט „נאָך עפּעס האָט באַדאַרפֿט זײַן‟. סע גייט אַ רייד וועגן אַ דערציילונג פֿון חנה קראַל, וואָס די רעזשיסאָרין איזאַבעלאַ ציווינסקאַ האָט באַאַרבעט פֿאַר דער בינע.
חנה קראַל איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין יאָר 1935. די דײַטשן האָבן דערמאָרדעט איר טאַטע-מאַמע. אַ פּוילישע משפּחה האָט זי באַהאַלטן און געראַטעוועט.
בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז זי שוין געווען אַ דערוואַקסן קינד, וואָס פֿאַרשטייט, וואָס סע טוט זיך אַרום אים. אַ סך פֿון אירע טעקסטן ווידמעט זי טאַקע דער טעמע חורבן.
„נאָך עפּעס האָט באַדאַרפֿט זײַן‟ איז נישט קיין אויסנאַם. אין דער פּיעסע באַווײַזט זיך דער קאָצקער רבי, וואָס קומט זען, וואָס סע טוט זיך מיט זײַן אויסגעהרגעטן פֿאָלק. ער גיט אונדז צו פֿאַרשטיין אַז די טויטע ייִדן, וואָס קערן זיך צוריק קיין וואַרשע נאָך דער מלחמה, זענען נישט קיין בייזע רוחות. זיי זענען פּשוט נשמות פֿון מענטשן, וואָס האָבן דאָ אַ מאָל געלעבט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.