ייִדיש און אוקראַיִניש: אַ נאַטירלעכער זיווג

Natural Couple: Yiddish and Ukrainian

דמיטרי טישטשענקאָ און זײַן ייִדיש־אוקראַיִנישע ווערטערבוך
דמיטרי טישטשענקאָ און זײַן ייִדיש־אוקראַיִנישע ווערטערבוך

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 10, 2015, issue of December 25, 2015.

נישט לאַנג צוריק, האָט אונדזער רעדאַקציע באַקומען אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם ייִדיש־אוקראַיִנישן ווערטערבוך, אַרויסגעגעבן מיט אַ יאָר צוריק אין קיִעוו. דער מחבר, דמיטראָ (אָדער אויף רוסיש דמיטרי) טישטשענקאָ, איז אַן אוקראַיִנישער לינגוויסט, אַ מומחה אין ייִדיש.

מיט דער נאַטירלעכער ייִדישער שפּראַך האָט דער 51־יאָריקער טישטשענקאָ, אַ געבוירענער אין טיראַספּאָל, זיך באַקענט ווי אַ קינד, זיך צוהערנדיק צו זײַנע באָבע־זיידע. אין די יאָרן 1994—1998 האָט ער רעדאַגירט דעם אָדעסער ייִדישן זשורנאַל „מאַמע־לשון‟. דאָס אוקראַיִנישע ווערטערבוך איז באַגרינדעט אויף זײַן פֿריִערדיקן ייִדיש־רוסישן וואַריאַנט, וועלכן טישטשענקאָ האָט אַרויסגעגעבן אין 2013. אין דער אוקראַיִנישער ווערסיע זענען אַרײַן בערך 30,000 ווערטער.

אינעם יאָר 1996 האָט טישטשענקאָ צוגעגרייט צום דרוק יוסף טאָרטשינסקיס קורצן ייִדיש־אוקראַיִנישן ווערטערבוך — דאָס ערשטע אַזאַ ווערק אין דער וועלט. ס׳איז כּדאַי אָבער צו באַמערקן, אַז די ערשטע ייִדישע ווערטערביכער זענען אַמאָל אַרויס דווקא אין אוקראַיִנע — אָבער אויף רוסיש. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס דאָזיקע לאַנד איז דאָס נאַטירלעכע היימלאַנד פֿון דער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע. אינעם יאָר 1869 האָט יהושע־מרדכי ליפֿשיץ אַרויסגעגעבן אין זשיטאָמיר זײַן פֿריִיִקן רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך.

אינעם יאָר 1984 איז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַרויס דאָס גרויסע רוסיש־ייִדישע ווערטערבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון משה שאַפּיראָ. הגם די אויסגאַבע בלײַבט, אין אַ סך אַספּעקטן, די בעסטע אין דער וועלט, קומט עס צו נוץ בלויז בײַם איבערזעצן פֿון רוסיש. אויף אַ גרויסער מאָס, שטעלט מיט זיך פֿאָר טישטשענקאָס ווערק אַ פֿאַרקערטן עקוויוואַלענט פֿונעם קלאַסישן סאָוועטישן ווערטערבוך, איבערגעאַרבעט לויט דער מערבֿדיקער אָרטאָגראַפֿיע, פּראָפֿעסיאָנעל באַגלייט מיט אַ סך נוצלעכע דערקלערונגען, אידיאָמען און אַנדערע וויכטיקע עלעמענטן.

דאָס נײַע בוך איז בלויז אַ טייל פֿונעם ריזיקן אוצר פֿון אַן ערך 70,000 ווערטער און אויסדרוקן, וואָס טישטשענקאָ קלײַבן זיך אין גיכן אַרויסצושטעלן אויף דער אינטערנעץ. אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע מערבֿדיקע ייִדישיסטן, האָט דער מחבר זיך באַנוצט מיט אַ „מאַקסימאַליסטישן‟ פּרינציפּ, נישט האָבנדיק מורא פֿאַר דײַטשמעריזמען, מליצהדיקע לשון־קודשדיקע אויסדרוקן און דעם ברייטן סלאַוויש־שטאַמיקן לעקסיקאָן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. אויפֿן איצטיקן מאָמענט, איז טישטשענקאָ ווערק (איבער 940 זײַטן) שוין צווישן די גרעסטע ייִדישע ווערטער־אוצרות.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז אינעם ווערטערבוך פֿילט זיך אַ געוויסער טעם פֿון אויטענטישקייט. ייִדיש און אוקראַיִנישע איז בכלל אַ געראָטענער נאַטירלעכער זיווג. אין דער געשיכטע פֿון ביידע לשונות זענען פֿאַראַן אַ ריי אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן. ווען מע בלעטערט איבער טישטשענקאָס ווערק, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער פֿאַקט, אַז טויזנטער ייִדישע ווערטער שטאַמען פֿון אוקראַיִנישע.

אוקראַיִניש איז דערקלערט געוואָרן ווי אַ באַזונדערע שפּראַך דורך די שפּראַך־אַקטיוויסטן בערך אין דער זעלבער צײַט, ווען בײַ דער באַרימטער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ האָבן יצחק־לייבוש פּרץ, אַבֿרהם רייזען, שלום אַש, חיים זשיטלאָווסקי און אַנדערע פּראָמינענטע ייִדישיסטן דערקלערט, אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט געפֿינט זיך טשערנאָוויץ אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע.

נאָך דער רעוואָלוציע האָט די סאָוועטישע מאַכט דערקלערט אוקראַיִניש ווי אַן אומאָפּהענגיקע שפּראַך, הגם אין סטאַלינס תּקופֿה האָבן אַ סך אוקראַיִנישע קולטור־טוער, אַזוי ווי די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, געליטן פֿון שרעקלעכע רדיפֿות. אַזוי ווי די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און אַ ריי אַנדערע פֿעלקער אינעם דאָזיקן ראַיאָן, האָבן די אוקראַיִנער קלאָר פֿאַרשטאַנען במשך פֿון הונדערטער יאָרן, אַז זיי רעדן אויף אַ באַזונדער לשון, אָבער האָבן בלויז לעצטנס אַנטוויקלט אַ מאָדערנע נאַציאָנאַלע שפּראַך־באַוווּסטזײַן. ביז די 1930ער יאָרן, איז ייִדיש אויך געווען איינע פֿון די אָפֿיציעלע שפּראַכן אין דער סאָוועטישער אוקראַיִנע.

די ליטעראַרישע פֿאָרעם פֿון אוקראַיִניש איז אויפֿגעקומען אינעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט. פּונקט אין דער זעלבער צײַט און אינעם זעלבן ראַיאָן האָט זיך אויך צעבליט די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור. ווען דער קריסטלעכער משׂכּיל איוואַן קאָטליאַרעווסקי האָט איבערגעמאַכט אויף אַ טשיקאַוון בורלעסק־אופֿן ווערגיליס לאַטײַנישע פּאָעמע „ענעיִדע‟, האָט רבי נחמן בראַצלעווער דערציילט זײַנע מיסטישע מעשׂיות, יוסף פּערל חוזק געמאַכט פֿון די חסידים אין טערנאָפּאָל, און מנחם־מענדל לעפֿין האָט געשריבן זײַנע מליצה־ווערק אין פּאָדאָליע.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך באַוויזן אַ גאַנצע ריי אוקראַיִנישע קלאַסיקער, וועלכע האָבן במשך פֿון אַ פּאָר דורות אַנטוויקלט אַלע ליטעראַרישע זשאַנערס. אויפֿן באָדן פֿון דער אַלטער קריסטלעכער מוסר־ליטעראַטור, אַ מין אוקראַיִנישן אַנאַלאָג פֿון „צאינה־ראינה‟, האָבן פֿאַרשיידענע פֿרײַדענקערישע מחברים גיך אויפֿגעשטעלט מיט 100—150 יאָר צוריק אַ גרויסן ליטעראַרישן קאַנאָן. די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער און אוקראַיִנישער ליטעראַטור איז אָנגעגאַנגען האַנט בײַ האַנט — אָפֿטמאָל לויטן זעלבן מוסטער און צוליב פּערזענלעכער פֿרײַנדשאַפֿט פֿון די מחברים.

למשל, דער באַקאַנטער אוקראַיִנישער פּאָעט פּאַוולאָ טישטינאַ האָט זיך ספּעציעל אויסגעלערנט ייִדיש, כּדי איבערצוזעצן אָשר שוואַרצמאַנס לידער אויף אוקראַיִניש. לייב קוויטקאָ איז געווען טיטשינאַס אַ נאָענטער חבֿר; זיי האָבן איבערגעזעצט אַ סך ווערק איינער פֿונעם צווייטן. אַדרבה, טיטשינאַס אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון קוויטקאָס לידער האָבן זיך באַוויזן נאַָך פֿאַר די רוסישע.

ס׳איז אַפֿילו בנימצאָ אַן אוקראַיִנישער אַנאַלאָג פֿון אידעאָלאָגישן ייִדישיזם. איוואַן (ישׂראל) קוליק, אַ פּראָמינענטער ייִדיש־שטאַמיקער אוקראַיִנישער פּאָעט, האָט באַטראַכט אוקראַיִניש ווי אַן עכטע פֿאָלקס־שפּראַך, להיפּוך צום אימפּערישן רוסיש. אַ הײַנטצײַטיקער אוקראַיִנישער פּאָעט, משה פֿישביין, אַ געבוירענער אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקע משיחישע קאָנצעפּציע אַרום אוקראַיִניש.

מערקווירדיק איז, אַז דאָס נײַע ווערטערבוך האָט זיך באַוויזן דווקא אין אוקראַיִנע און אויף אוקראַיִניש. הגם אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע זענען געווען גענוג גאָר פֿינצטערע מאָמענטן, בלײַבט דאָס דאָזיקע לאַנד דער היסטאָרישער צענטער פֿון אונדזער לשון. צוליב דעם איז דער ליטעראַרישער סטאַנדאַרט פֿון ייִדיש גראַמאַטיש באַגרינדעט אויפֿן אוקראַיִנישן דיאַלעקט. ס׳איז סימבאָליש, אַז הגם הײַנט וווינען אין אוקראַיִנע בלויז אַרום 3,000 ייִדיש־רעדער, האָט זיך אַזאַ מאָנומענטאַל ווערק באַוויזן אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם אַמאָליקן ייִדישלאַנד.

די מאַטעריאַלן, וואָס וועלן אַרײַן אין טישטשענקאָס גרויסן אינטערנעץ־אוצר פֿון 70,000 ווערטער, קען מען שוין געפֿינען אויף רוסיש אָט דאָ:

//www.jew-fund.kiev.ua/slovar-tishchenko.html