אַ געיעג נאָך ביכער

A Hunt for Books

JTS

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 16, 2015, issue of January 08, 2016.

פֿאָרגעקומען איז עס אין אַ שבת־צו־נאַכטס. אַ מאָדנע סצענע. הונדערטער מענטשן, — ס׳רובֿ פֿרומע לײַט, אַרײַנגערעכנט חסידים, וואָס האָבן נאָך אַלץ געטראָגן זייערע שבתדיקע קאַפּאָטעס, זענען געשטאַנען צווישן די ריזיקע פּאָליצעס אין אַ פֿינצטערער ביבליאָטעק. במשך פֿון איבערקוקן אין אײַלעניש די טויזנטער ביכער, וואָס זענען באַלויכטן געוואָרן פֿון די סמאַרטפֿאָנען אין זייערע הענט, האָבן זיי זיך איבערגעשושקעט צווישן זיך וועגן די אומדערוואַרטע מציאות, וואָס זיי האָבן געפֿונען.

יעדע מינוט זענען צוגעקומען נאָך צענדליקער מענטשן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעריסן צווישן דעם עולם, כּדי צו דערנענטערן זיך צו די ביכער. ס׳רובֿ פֿון די פֿאַרזאַמלטע האָבן פֿאָרזיכטיק איבערגעקוקט יעדן באַנד אויף די פּאָליצעס, אויב ס׳איז זיי געלונגען געווען זיך אַרײַנצוקוועטשן צווישן די, וואָס זענען פֿריִער געקומען. געוויסע האָבן אָבער פּשוט געכאַפּט צענדליקער בענד מיט אַ מאָל און זענען ערגעץ אַוועקגעלאָפֿן וואָס ווײַטער פֿונעם המון, כּדי איבערצוקוקן זייער געפֿינס אין אַ מער רויִק אָרט. ס׳איז אין גיכן געוואָרן הייס צוליב דעם דראַנג און דער לופֿט האָט געשמעקט מיט אַ מין פֿײַכקייט — אַ געמיש פֿון שווייס, שטויב און אַלטע פֿאַרגעלטע פּאַפּירן.

איך בין געקומען אינעם בנין, וואָס איז ביז לעצטנס געווען די ביבליאָטעק בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ לעבן קאָלומביע יענעם שבת־צו־נאַכטס, ווײַל איך האָב געמיינט, אַז דער עולם אינעם ערשטן טאָג פֿונעם דרײַ־טאָגיקן ביכער־אויספֿאַרקויף וועט זײַן דווקא אַ שיטערער. אָפֿיציעל האָט דער אויספֿאַרקויף, מיטן ציל, אַז דער „טעאָלאָגישער סעמינאַר‟ זאָל פּטור ווערן פֿון זײַנע איבעריקע ביכער, איידער מע רײַסט אַראָפּ די ביבליאָטעק, געזאָלט פֿאָרקומען במשך פֿון צוויי טעג, אַ זונטיק און אַ מאָנטיק. ס׳איז מיר אָבער אָנגעקומען אַ בליץ־בריוו, וואָס האָט דערקלערט, אַז אויב מע באַצאָלט 20$ פֿאַר דער פּריווילעגיע, קען מען אַרײַנקומען אויף אַ ספּעציעלער „פֿאָרויס־ווײַזונג‟; וועט מען קענען זען די ביכער מיט אַ טאָג פֿריִער פֿון די אַנדערע קונים. אַ סך מענטשן האָבן, אַפּנים, אויך געהאַט דעם זעלביקן אײַנפֿאַל, ווײַל אַזאַ שטופּעניש האָט די דאָזיקע ביבליאָטעק מסתּמא פֿריִער קיינמאָל ניט געזען. ווי עס טרעפֿט זיך, איז דער בריוו אויך דערגאַנגען צו זייער אַ סך מקורי־ספֿרים פֿון פֿאַרשידענע שניטן, וואָס זענען געקומען, כּדי צו געפֿינען ביליקע ביכער און ספֿרים, וואָס זיי וועלן קענען שפּעטער פֿאַרקויפֿן פֿאַר אַ היפּשן רווח.

פּלוצלעם האָט זיך דאָס ליכט אָנגעצונדן. אַ חסיד האָט וויצלענדיק, אַרויסגעשריגן, „יהי אור‟, אויף זײַן אונגערישן לשון־קודש, און מענטשן האָבן זיך צעלאַכט. די שטימונג איז אָבער אין גיכן געוואָרן מער אָנגעשרענגט, ווײַל אַ פּאָר סעקונדעס נאָך דעם, וואָס די מענטשן האָבן געקענט געהעריק זען די ביכער פֿאַר די אויגן, האָבן זיי גלײַך אָנגעהויבן פּרובירן צו נעמען די בענד. ס׳איז אויסגעבראָכן אַ מין לײַטישע שטופּעניש. איך זאָג אַ „לײַטישע שטופּעניש‟, ווײַל זייער ווייניק מענטשן האָבן באמת געשטופּט איינער דעם אַנדערן. בכלל זענען די אַלע „ביכער־יעגער‟ געווען זייער איידל איינער צום צווייטן. מע האָט אָבער יאָ בלאָקירט דעם וועג פֿון די פֿאַרבײַגייער צווישן די פּאָליצעס, כּדי זיי זאָלן ניט קענען גרינג אַוועקנעמען די ביכער, וואָס מע האָט שוין אויסגעקליבן.