(די 2 טע זײַט פֿון 2)
רבי עובֿדיה ספֿורנו (ספֿאָרנאָ), איינער פֿון די קלאַסישע תּורה־מפֿרשים, איז געבוירן געוואָרן אינעם 15טן יאָרהונדערט אין איטאַליע, און האָט שטודירט מעדיצין אינעם רוימער אוניווערסיטעט. זײַענדיק אַ מומחה אין מאַטעמאַטיק און פֿילאָסאָפֿיע, האָט ער זיך געחבֿרט מיט די קריסטלעכע געלערנטע; זײַן פֿילאָסאָפֿישן ספֿר „אור עמים‟ האָט ער איבערגעזעצט אויף לאַטײַן פֿאַרן פֿראַנצויזישן קיניג אַנרי דעם צווייטן. דעם זעלבן קיניג האָט ער געווידמעט אַ טייל פֿון זײַנע תּנ״ך־קאָמענטאַרן. עס באַקומט זיך, אַז אין יעדער קאָמענטירטער אויסגאַבע פֿונעם חומש שטייט אויף אַ חשובֿ אָרט דער פּירוש פֿון אַן איטאַליענישן דאָקטער און פּראָפֿעסאָר.
דוד גאַנז, דער מחבר פֿונעם היסטאָריאָגראַפֿישן ספֿר „צמח דוד‟, איז געווען איינער פֿון די ערשטע באַקאַנטע אַקאַדעמיש־געבילדעטע אַשכּנזישע ייִדן. אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד, האָט ער זיך שפּעטער באַזעצט אין פּראָג און געלערנט תּורה בײַ זײַן גרויסן מיטצײַטלער מהר״ל. רבי משה איסרלישׂ, דער רמ״אָ, האָט אים געגעבן אַן עצה צו שטודירן אַסטראָנאָמיע און מאַטעמאַטיק. גאַנז איז געווען אין נאָענטע פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט די באַרימטע נישט־ייִדישע אַסטראָנאָמען יאָהאַן קעפּלער און טיכאָ בראַהע, פֿאַר וועלכן ער האָט איבערגעזעצט אויף דײַטש געוויסע מיטל־עלטערלעכע ספֿרדישע אַסטראָנאָמישע טאַבעלעס.
די קעגנערשאַפֿט צו וועלטלעכע חכמות און אַקאַדעמישע שטודיעס האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אין שײַכות מיט השׂכלה. פֿאַרזאָרגט וועגן אַפּיקורסישע שטימונגען, האָבן די רבנים אָנגעהויבן באַטראַכטן די וועלטלעכע וויסנשאַפֿט ווי גאָר אַ סכּנותדיקע באַשעפֿטיקונג. הגם אַזעלכע פֿרומע דענקער, ווי נחמן קראָכמאַל און הרבֿ צבֿי־הירש חיות, זענען אַליין געווען מעסיקע משׂכּילים, האָט זיך אין מיזרח־אייראָפּע געשאַפֿן אַ טיפֿער שפּאַלט צווישן די „אויפֿגעקלערטע‟ סעקולאַריסטן און פּשוטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.
ווען די „השׂכּלה‟ איז בטל געוואָרן ווי אַ באַזונדערע באַוועגונג, האָבן זיך באַוויזן נישט ווייניק גרויסע רבנים, וועלכע האָבן יאָ קאָמבינירט אַקאַדעמישע שטודיעס מיט פֿולער געטרײַשאַפֿט צו דער טראַדיציאָנעלער פֿרומקייט. צווישן די באַקאַנטע בײַשפּילן קאָן מען דערמאָנען דעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן; דעם ערשטן ישׂראלדיקן הויפּט־רבֿ, יצחק הערצאָג; און הרבֿ בערל רעוועל, דעם ערשטן פּרעזידענט פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. פֿונדעסטוועגן, האָט די פּאָלאַריזאַציע נאָך דער משׂכּילישער תּקופֿה איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אין דער אַשכּנזישער וועלט, וואָס שפּילגט זיך נאָך אַלץ אָפּ סײַ אין די הײַנטיקע חרדישע קהילות, סײַ צווישן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, וואָס בײַ זיי איז די פּראָפֿעסיאָנעלע וועלטלעכע בילדונג געוואָרן אַ גרויסע „מיצווה‟.
הגם השׂכּלה האָט זיך דערקליבן, אין אַ געוויסער מאָס, דורך פֿראַנקרײַך קיין צפֿון־אַפֿריקע, האָט זי דאָרטן נישט דערגרייכט אַזאַ פֿאַרנעם. אין פֿאַרגלײַך מיט די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, מעג אַ מאַראָקאַנער ייִד זײַן אַ גאַנצער עם־האָרץ סײַ אין ייִדישע, סײַ אין וועלטלעכע ענינים, און פֿאָרט זיך נישט שעמען דערפֿון אין דער שיל. אין פֿאַרגלײַך מיט די חרדים, מעג ער אָבער גיין אין אַן אַלגעמיינעם אוניווערסיטעט און נישט טראַכטן, אַז אַ דאָקטאָראַט וועט אים פֿאַרוואַנדלען אין אַן אַפּיקורס.
סײַ־ווי־סײַ, ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ווען מע פֿאַרגלײַכט דעם הײַנטיקן צוגאַנג צום דאָזיקן ענין בײַ די מאָנטרעאָלער ספֿרדים, וואָס באַשפּרענקלען זייער פֿראַנצויזישע רייד מיט פֿאַרשיידענע אַראַבישע אויסדרוקן, באַמערקט מען די לאַנג־דורותדיקע אַסאָציאַציע צווישן דער ייִדישער שפּאַניע, אַראַבישע לענדער און פֿראַנקרײַך. ס׳זעט אויס, אַז די אַנגסטן אַרום בילדונג צווישן די פֿרומע זענען טאַקע אַ ספּעציפֿיש אַשכּנזישע קרענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.