(די 2 טע זײַט פֿון 2)
6% פֿון די תּלמידים און תּלמידות פֿון דער „דוד־המלך שול‟ האָבן באַקומען בסך־הכּל צײכנס, װעלכע זײַנען העכער װי 99%, און 48% האָבן דערגרײכט צײכנס פֿון 90% אָדער העכער װי 90%.
דער מעדיאַן סך־הכּל צײכן פֿון די תּלמידות פֿון דעם „בית־רבֿקה קאָלעדזש‟ איז געװען 92.75%. 35% האָבן באַקומען צײכנס פֿון 95% אָדער העכער װי 95% און 50% האָבן באַקומען צײכנס פֿון 90% אָדער העכער װי 90%. דרײַ תּלמידות האָבן באַקומען פֿולע צײכנס פֿאַר דרײַ אינדיװידועלע לימודים.
20% פֿון די תּלמידים פֿון דעם „ישיבֿה־קאָלעדזש‟ האָבן באַקומען בסך־הכּל צײכנס פֿון 97% אָדער העכער װי 97%; 45% האָבן באַקומען 38/50 פּונקטן אין אינדיװידועלע לימודים.
אײן תּלמיד פֿון דער „יסודי־התּורה שול‟ האָט באַקומען אַ סך־הכּל צײכן פֿון 99.85%. אַלע פֿיר תּלמידים זײַנע, װעלכע האָבן פֿאַרענדיקט די שטאַטישע עקזאַמענס, האָבן באַקומען צײכנס, װעלכע זײַנען העכער װי 96%. דאָס איז דאָס צװײטע יאָר, װאָס די שול האָט תּלמידים, װעלכע האָבן פֿאַרענדיקט די שטאַטישע עקזאַמענס.
צװײ מיטגלידער פֿון דער קהילה אין אױסטראַליעס הױפּט־שטאָט, קאַנבערע, גרינדן אַ ציוניסטישן ראַט צו פֿאָרמאַליזירן דער קהילהס באַציִונגען צו מדינת־ישׂראל. דער ראַט װעט פֿאָרשטעלן ייִדן פֿון דער גאַנצער טערעטאָריע אַרום דער הױפּט־שטאָט. דער ראַט װעט זײַן אַ באַשטאַנד־טײל פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אױסטראַליע.
פֿרײַװיליקע אַרבעטער בײַם מעלבורנער חורבן פֿאָרש־צענטער און מוזעום זײַנען געזעסן מיט מענער און פֿרױען פֿון דער שארית־הפּליטה און זײערע משפּחות און האָבן געמאַכט קאָלאַזשן פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס און דאָקומענטן, װעלכע גיבן איבער די מעשׂיות פֿון דעם, װי אַזױ די שארית־הפּליטה האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. די קאָלאַזשן װעלן װערן אַ טײל פֿון אַן אױסשטעלונג אינעם מוזעום, װאָס װעט הײסן „רעקאָנסטרוקציע פֿון זכּרון‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.