אין אַ צײַטונג, זאָגט מען, קען ניט זײַן צו פֿיל נײַעס; אָבער ניט דעם מין „נײַס‟ האָב איך אין זינען, נאָר דאָס ענגלישע nice, וואָס האָט צו זיך ניט קיין פֿולן עקוויוואַלענט אין מאַמע־לשון. מיר קענען זאָגן: סימפּאַטיש, פֿײַן, ליב, װױל, און נאָך — אָבער צו „נײַס‟ קומט עס ניט, ווײַל „נײַס‟ האָט אין זיך אויך אַ שמץ ביטול.
זאָגן, אַז דער און דער מענטש איז „נײַס‟ איז לכאורה דורכויס פּאָזיטיוו, אָבער הינטערן קאָמפּלימענט שטעקט אַ געוויסער ספֿק, צי יענער טויג טאַקע באמת, צי ער ווײַזט אַרויס גענוג איניציאַטיוו, האַרטקייט און אַגרעסיווקייט, כּדי זיך דורכצושלאָגן אין לעבן. ווער עס איז „נײַס‟, גיט מען אָנצוהערן, טראָגט אין זיך אויך עפּעס קינדישס, נאַיִווס, שוואַכס — אַ מענטש וואָס טשעפּעט ניט קיין פֿליג אויף דער וואַנט. אַ סך מאָל האָט ניט דאָס וואָרט אַזאַ נעגאַטיוון בײַטעם, אָבער אָפֿטער ווי מע וואָלט זיך געריכט.
ניט געקוקט אויף דעם, איז „נײַס‟ זייער אַ וויכטיקער ווערט אין דער אַמעריקאַנער קולטור. יעדער וויל זײַן „נײַס‟ און שטרעבט כּסדר זיך אויפֿצופֿירן „נײַס‟: מע האַלט אָפֿן די טיר, מע זאָגט „גוט מאָרגן‟, מע גיט אָפּ דעם זיצפּלאַץ פֿאַר אַן עלטערן מענטש. ניט אַלע מאָל פֿירט זיך אַזוי, ספּעציעל ניט אין אַ גרויסער שטאָט, נאָר, בדרך־כּלל, איז אַמעריקע אַ „נײַס‟ לאַנד און מיר, אַמעריקאַנער, באַמיִען זיך כּסדר צו זײַן „נײַס‟. (די קאַנאַדער, דאַרף מען זאָגן, זײַנען נאָך „נײַסער‟ פֿון אונדז — זיי אַנטשולדיקן זיך בײַ יעדער געלעגנהייט. אָבער דערפֿאַר זײַנען זיי גרויסע שווײַגער און דריקן ניט אויס זייער „נײַסקייט‟ אַזוי אָפֿט ווי מיר אַמעריקאַנער פּלאַפּלער.)
פֿון איין זײַט, נייטיקן מיר זיך אין אונדזער „נײַסקייט‟, ווײַל אונדזער געזעלשאַפֿט איז זייער אַ גרויסע מיט פֿאַרשיידענע מינים מענטשן: פֿרומע און פֿרײַע, רעכטע און לינקע, פֿון אַלע קאָלירן און אַלע עטנישע גרופּעס. ווען מיר פֿירן זיך ניט אויף „נײַס‟, זײַנען מיר עלול אָנצוהייבן אַ קריגערײַ, וואָס אין אַמעריקע קען דאָס מיינען: שיסן מיט ריכטיקע קוילן. בײַ אונדז איז „נײַס‟ אַ פֿראַגע פֿון לעבן און טויט.
פֿון דער צווייטער זײַט, איז ניט אַלע מאָל גרינג צו זײַן „נײַס‟ די גאַנצע צײַט. אַ מאָל גיט מען דיר (על־פּי־טעות) אַ שטורך מיטן עלנבויגן אָדער אַ דריגע מיטן פֿוס. אַ מאָל איז דער וועטער מיאוס און נאָך ערגער — די שטימונג. אין אַזעלכע מאָמענטן האָט מען אָפֿט חשק צו שעלטן דעם שולדיקן אין טאַטן אַרײַן, און אפֿשר אַפֿילו אים צו דערלאַנגען מיטן… אָבער דאָס רובֿ אַמעריקאַנער האַלט זיך אײַן — אַחוץ אַ געוויסן פּראָצענט שיכּורים, ספּאָרט־פֿאַנאַטיקער און פֿרוסטרירטע פּאַסאַזשירן אויף דער באַן, וואָס שרײַען אויף זייערע שכנים, ווען דער צוג איז פֿול געפּאַקט. בדרך־כּלל, פֿאַרשטיקט מען דעם כּעס און מען גייט ווײַטער.
לויט מײַן אָרעמען פֿאַרשטאַנד פֿון דער חכמת־הפּסיכאָלאָגיע, דאַכט זיך, אַז דער דאָזיקער פֿאַרשטיקטער כּעס, מיט וועלכן אַ סך אַמעריקאַנער טראָגן זיך אַרום, קאָסט אונדז זייער טײַער. ערגעץ זוכט דער כּעס אַן אופֿן זיך אויסצודריקן, און אַזוי ווי ער טאָר זיך ניט באַווײַזן פֿאַר לײַטן אין אונדזערע טאָג־טעגלעכע באַציִונגען, טראָגט ער זיך אַריבער אין אונדזער פּאָליטיק. אונדזער אַמעריקאַנער פּאָליטישע אַגרעסיווקייט — אין דער פֿאָרעם פֿון מיליטאַריזם לגבי אונדזערע „שׂונאים‟, קמצנות און אַכזריות לגבי די אָרעמע און שוואַכע צווישן אונדז — איז, צום טייל, אַ רעזולטאַט פֿונעם כּעס, וואָס אונדזער שטענדיקע „נײַסקייט‟ לאָזט ניט אַרויס אויף דער פֿרײַ.
די דאָזיקע טעאָריע מײַנע איז ניט געבויט אויף די ווערק פֿון פֿרויד אָדער יונג, נאָר אויף מײַן ביסל דערפֿאַרונג ווי אַ טוריסט אין אייראָפּע, ספּעציעל אין דײַטשלאַנד. אין ערגעץ האָב איך ניט באַגעגנט אַזעלכע אומפֿרײַנדלעכע מענטשן ווי אין דײַטשלאַנד, דער עיקר — בײַ די אָרעמע דײַטשן. מע שרײַט און מע בייזערט זיך אָן אַ סיבה; מע שטופּט זיך אַרײַן אין דער ריי פֿאַר דיר; מע בעט ניט מחילה; מע העלפֿט ניט און מע ענטפֿערט אַ בקשה מיט חוצפּה. אָבער דערפֿאַר, ווײַל די דײַטשן ווייסן, אַז צווישן זיי לעבן אַ סך פּאַסקודניאַקעס (אַפֿילו נאַציס), האָבן זיי געשאַפֿן אַ גוטע און אַ שטאַרקע מלוכה, וואָס זאָל אויסבאַלאַנסירן די געזעלשאַפֿט און מאַכן צורעכט, וואָס די בירגער יחידים מאַכן קאַליע. אַזוי ווי זיי דריקן אויס זייער כּעס אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן, דאַרפֿן זיי אים ניט סובלימירן דורך דער פּאָליטישער אַגרעסיווקייט.
קען זײַן, אַז די טעאָריע איז ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן. קען זײַן, אַז די דײַטשן זײַנען ניט אַזוי געמיין, ווי איך מיין. אָבער פֿאָרט האַלט איך, אַז עס וואָלט ניט געשאַט אונדזער פּאָליטישן מצבֿ, ווען מיר אַמעריקאַנער פֿירן זיך ווייניקער „נײַס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.