(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דיאַמענט האָט געשאַפֿן פֿון דער דאָזיקער אויסערגעוויינטלעכער געשיכטע, וואָס טראָגט אין זיך אַ גרויסן דראַמאַטישן פּאָטענציאַל, אַ גאָר באַשיידענע דראַמע. ווען מע טראַכט וועגן דער גרויסער לעבנס־דראַמע, וואָס די הויפּט־העלדין האָט אַדורכגעלעבט — זי באַגעגנט זיך פּנים־אל־פּנים מיטן מענטש, וואָס האָט זי שיִער נישט דערהרגעט, קומט אַרײַן אין אַ קאָנפֿליקט מיטן אַנדערן צד פֿונעם סיכסוך, און דערווײַל צעברעקלען זיך די באַציִונגען מיט איר אייגענער סבֿיבֿה.
עס זענען פֿאַראַן דאָ און דאָרט גוטע מאָמענטן אין גאַנג פֿון דער לאַנגער פֿאָרשטעלונג, ספּעציעל, ווען פֿאַהאַד דערציילט וועגן זײַן לעבן ווי אַ פּליט; וועגן זײַן תּחילתדיקער מאָטיוואַציע צו ווערן טעטיק אין PFLP, און וועגן זײַן אָנערקענען, מיט דער צײַט, דעם אומיושר פֿון טעראָר קעגן אומשולדיקע (דאָס געשעט מיט אים נאָכן איבערלייענען מאַרעק עדעלמאַנס כּתבֿים וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ). די אַקטיאָרן, בפֿרט, דאַגמאַר סטאַנסאָוואַ און מיהראַן שלוגיאַן אין די הויפּט־ראָלעס, באַמיִען זיך זייער און צומאָל מיט הצלחה.
אָבער אין תּוך בלײַבן די געשטאַלטן צו פֿלאַך און אומבאַגלייבט, אַזוי אַז זיי ווערן נישט גענוג אמתע יחידים, נאָר גיכער מער סימבאָלישע פּלאַקאַטן. זייערע שמועסן נעמען זיך אָפֿט אויף ווי צוגעגרייטע רעדעס, בשעת דיאַמענטס שטענדיקער פּרוּוו צו באַלאַנסירן צווישן די צדדים קומט אַרויס געקינצלט און גענייט.
מאָטי לערנערס „דאָס מודה זײַן זיך‟ (רעצענזירט אין „פֿאָרווערטס‟), האָט דראַמאַטיש שוין באַהאַנדלט ענלעכע טעמעס. אָבער לערנערן, אין פֿאַרגלײַך, האָט זיך אײַנגעגעבן אינעם שאַפֿן אמתע גלייביקע געשטאַלטן, מיט שטאַרקע געשפּאַנטע דראַמאַטישע סצענעס. „דאָס לאַנד פֿון פֿײַער‟ דערגרייכט דאָס נישט, און דאָס איז אַ שאָד.
„דאָס לאַנד פֿון פֿײַער‟ ווערט געשפּילט ביזן 3טן יאַנואַר אין Theatre for the New City אין ניו־יאָרק, אויף 155 ערשטער עוועניו (צענטער גאַס).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.