(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט דעם זונטיק אַ באַגעגעניש, געווידמעט די טעמעס, וואָס זענען גאָר אומפּאָפּולער אין דער געזעלשאַפֿט — האָמאָ־עראָטיזם און זנות.
אָפֿיציעל האָט די באַגעגעניש געהייסן „אַ קעמפֿער, אַ חכם, אַ געליבטער — אידעאַלן פֿון מאַסקולינישקייט אין מיטל־אַלטער‟. די רעפֿעראַטן האָבן אָפּגעהאַלטן צוויי מענטשן: סעמיאָן פּאַריזשסקי, דער פּראָגראַם־דירעקטאָר פֿון „אשכּולות‟, וואָס האָט דערציילט וועגן דער געשטאַלט פֿונעם אידעאַלן מאַן, זײַן נשמה און זײַן גוף, אין דער מיטל־עלטערלעכער העברעיִשער פּאָעזיע אין שפּאַניע, און גאַלינאַ זעלענינאַ, היסטאָריקערין, וואָס האָט דערציילט, ווי ווײַט איז ריכטיק געווען די אידעע, פֿאַרשפּרייט סוף 19טן־אָנהייב 20סטן י״ה, אַז ייִדן זענען ווײַבעריש. זי האָט אַנאַליזירט די מיטל־עלטערלעכע ייִדישע און קריסטלעכע מקורים און דערקלערט די אידעע פֿון מענערישקייט אין ביידע געזעלשאַפֿטן.
דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט צוגעגרייט אַ נײַע אויסגאַבע פֿון לייב קוויטקאָס ראָמאַן „ליאַם און פּעטריק‟. דאָס בוך גייט אַרויס אין דער סאָוועטישער איבערזעצונג אויף רוסיש פֿון „טײַץ און יודקעוויטש‟, וואָס איז, פּינקטלעכער געזאָגט, אַ רוסישע רעדאַקציע, אויטאָריזירט, אַפּנים, פֿון קוויטקאָ אַליין. די רוסישע ווערסיע איז קירצער, עס זענען אויסגעמעקט אין גאַנצן עטלעכע טיילן און פּערסאָנאַזשן; קודם־כּל — די רעוואָלוציאָנערן, וואָס זענען אַנטוישט פֿון דער רעוואָלוציע, אָדער וואָס ווערן אָפּגעשטויסן פֿון אַנדערע רעוואָלוציאָנערן. דאָס בוך איז אַרויס די וואָך.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: אין דער ייִדישער „אָרט‟־שול האָט מען אויפֿגעפֿירט זשאַן־קלאָד גרומבערס פּיעסע „דרייפֿוס‟ — וועגן דעם ווי אין די 1930ער יאָרן אין ווילנע, אין אַ טעאַטער־קרײַז, פֿירט מען אויף אַ פּיעסע וועגן דרייפֿוס. אויף דער פֿאָרשטעלונג זענען געקומען ניט בלויז די עלטערן פֿון די תּלמידים, נאָר אויך פּראָפֿעסיאָנעלע קריטיקער און טוער פֿון ייִדישן קולטור־לעבן אין רוסלאַנד. דער עולם איז געווען אַנטציקט און האָט אָפּגעצייכנט די קוואַליטעט פֿונעם ספּעקטאַקל, גאָר ניט קיין קינדערישע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.