אין מאָסקווע זענען דורכגעפֿירט געוואָרן „די טעג פֿון תּל־אָבֿיבֿ‟ — אַ פּראָגראַם, אָרגאַניזירט פֿון מאָסקווער רעגירונג און תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט, דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע און דעם טוריזם־מיניסטעריום פֿון ישׂראל. אויף דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז אין די ראַמען פֿון דער פּראָגראַם געווען אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, וואָס אין איר האָבן אָנטייל גענומען ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן און געשעפֿטס־לײַט, און טשינאָווניקעס פֿון ביידע לענדער. ס׳איז באַטאָנט געוואָרן, אַז ניט געקוקט אויף דעם עקאָנאָמישן קריזיס, פֿאַרנעמט רוסלאַנד דאָס צווייטע אָרט אין דער רשימה פֿון לענדער, וואָס טוריסטן קומען קיין ישׂראל.
די רייד איז געגאַנגען, קודם־כּל, וועגן טוריזם: מע האָט באַשריבן די הויפּט־ריכטונגען אין ישׂראל, די פּערספּעקטיוון פֿון בויען דעם נײַעם פֿליפֿעלד און עפֿענען נײַע פֿלי־ליניעס, דער זיכערקייט־לאַגע אין ישׂראל. די ביידע זײַטן האָבן אַרויסגעברענגט די האָפֿענונג, אַז ניט געקוקט אויף די איצטיקע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל, וועלן די צוויי לענדער אויך ווײַטער זײַן אַליִיִרטע. ס׳איז סימבאָליש, אַז אין דעם קומעדיקן יאָר, 2016, מערקט מען אָפּ 25 יאָר פֿון ווידערבויען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער.
נאָך אַ מלוכישער אויפֿטו — אויף דער רוסישער פּאָסט האָט זיך באַוויזן אַ מאַרקע, געווידמעט דעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר, דער איינציקער אויפֿשטאַנד אין נאַצישע טויט־לאַגערן. אַנומלט האָט דער פּרעזידענט פּוטין באַפֿוילן צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון אַלכּסנדר פּעטשערסקי און זײַנע חבֿרים, די פֿירער פֿונעם אויפֿשטאַנד. מע האָט געשאַפֿן אַ קאָמיטעט, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם, און זײַן ערשטער אויפֿטו איז געווען אַרויסצולאָזן די מאַרקע. איר טיראַזש איז 420 טויזנט עקזעמפּלאַרן. אויף דער מאַרקע זעט מען דעם דענקמאָל, וואָס שטייט איצט אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם לאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.