נישט לאַנג צוריק, האָט מען אין וואַטיקאַן געפּראַוועט דעם 50־יאָריקן יוביליי פֿונעם וויכטיקן דאָקומענט, וועלכן דער פּויפּסט פּאַול דער צווייטער האָט אײַנגעפֿירט אין 1965. לויטן דאָזיקן דאָקומענט, דאַרף מען זיך באַציִען צו די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע רעליגיעס מיט דרך־ארץ, בפֿרט צו די ייִדן. אין שײַכות צום דאָזיקן יוביליי, האָט מען איצט אין וואַטיקאַן אָנגענומען אַ נײַע דעקלאַראַציע, לויט וועלכער די קאַטוילן דאַרפֿן נישט פֿירן קיין מיסיאָנערישע טעטיקייט צווישן ייִדן — לכל־הפּחות, אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן.
דער „צענטער פֿאַר ייִדיש־קריסטלעכער פֿאַרשטייעניש און קאָאָפּעראַציע‟, בראָש מיטן באַקאַנטן מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבֿ שלמה ריסקין, האָט געענטפֿערט אויפֿן נײַעם וואַטיקאַנער פּסק מיט אַן אייגענער דעקלאַראַציע. דעם 3טן דעצעמבער, האָט אַ גרופּע אָרטאָדאָקסישע רבנים פֿון דער דאָזיקער חבֿרה באַטאָנט, אַז די קריסטלעכע רעליגיע איז אַ טייל פֿונעם באַשעפֿערס פּלאַן אין דער וועלט, און אַז ייִדן און קריסטן דאַרפֿן זיך באַציִען ברידערלעך איינער צום צווייטן. בעצם, האָבן זיי פּשוט איבערגעחזרט די באַקאַנטע אַלטע דעה, אַז אַ גוטער קריסט ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ כּשרן בן־נח און גר־תּושבֿ — אַ נישט־ייִדישן ברודער פֿון ייִדן. דערצו, האָבן זיי באַמערקט, אַז רבי יהודה הלוי און דער רמב״ם שרײַבן טאַקע, אַז די קריסטלעכע רעליגיע איז אַ טייל פֿונעם געטלעכן גאולה־פּלאַן.
די באַקאַנטע חרדישע וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟ האָט נישט געקאָנט אַראָפּשלינגען אַזאַ דאָקומענט און פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון הרבֿ יאיר האָפֿמאַן, וועלכער וואַרפֿט זיך אַרויף אויף די מחברים פֿון דער רבנישער דעקלאַראַציע און גאַנץ ריכטיק באַמערקט, אַז דער רמב״ם האָט פֿאַרדאַמט די קריסטלעכע אמונה. אין דער אמתן, זענען אַ סך אַנדערע גרויסע רבנים נישט מסכּים מיטן רמב״ם. באַזונדערס באַקאַנט איז די בפֿירוש פּאָזיטיווע באַציִונג פֿון רבי מנחם מאירי. אַדרבה, נישט געקוקט אויפֿן קריסטלעכן אַנטיסעמיטיזם, האָבן זיך כּסדר געטראָפֿן גרויסע ייִדישע דענקער, וועלכע האָבן זיך באַצויגן צו די טראַדיציעס פֿונעם נישט־ייִדישן אַרום מיט אַן אינטערעס און דרך־ארץ.
פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן דער רמב״ם און רבי יהודה הלוי זיך טאַקע נעגאַטיוו באַצויגן צו דער קריסטלעכער רעליגיע, ווײַל זיי האָבן געוווינט אין מוסולמענישע לענדער און באַטראַכט דאָס קריסטנטום ווי אַ פֿרעמדע עבֿודה־זרה. זיי האָבן טאַקע פּאָזיטיוו געשריבן וועגן דער געטלעכער ראָלע פֿון אַנדערע רעליגיעס, אָבער מיינען האָבן זיי געמיינט, אינעם ערשטן קאָפּ, די „היימישע‟ איסלאַמישע סבֿיבֿה.
אין די הײַנטצײַטיקע דיאַלאָגן צווישן ייִדישע און קריסטלעכע טוער קאָן מען אָפֿט באַמערקן דעם אומאָנגענעמענעם שטריך פֿון איינזײַטיקייט און טענדענציעזקייט. אַז מע רעדט שוין וועגן פּלוראַליסטישע טראַדיציעס אין ייִדישקייט, מוז מען זיך דערמאָנען, אַז אַ סך ייִדן האָבן במשך פֿון דורות געוווינט נישט אין די קריסטלעכע סבֿיבֿות און זענען געווען צוגעוווינט צו גאָר אַנדערע רעליגיעס, שוין אָפּגערעדט פֿון איסלאַם. למשל, ס׳רובֿ תּושבֿים אין ליטע זענען ביזן 17טן יאָרהונדערט געווען געצנדינער, וועלכע האָבן זיך, בדרך־כּלל, בעסער באַצויגן צו ייִדן, ווי די קריסטן.
מצד די חרדישע קריטיקער, האָט זיך געשאַפֿן אַ גאַנצע „אַנטי־מיסיאָנערישע מיטאָלאָגיע‟. געוויסע רבנים און מחברים פֿון פּאָפּולערע ביכער לייקענען אָפּ גאַנץ טראַדיציאָנעלע ייִדישע געדאַנקען, אויב זיי קלינגען צו ענלעך צו די קריסטלעכע. צום בײַשפּיל, ווערט אין אַזאַ ליטעראַרטור כּסדר דערקלערט, אַז לויט דער ייִדישער טראַדיציע טאָר משיח בשום־אופֿן נישט קומען צוויי מאָל, אַז ער מוז שטאַמען פֿון שלמה המלך, און דאַרף אויסבויען דעם נײַעם בית־המיקדש אין ירושלים. דער דאָזיקער אַרגומענט באַווײַזט זיך כּסדר אין דער חרדישער קריטיק פֿון הרבֿ ראַסקינס פּראָ־קריסטלעכער אָרגאַניזאַציע. אין דער אמתן, קאָן מען אינעם ברייטן „אַסאָרטימענט‟ פֿון דער ייִדישער משיחישער טראַדיציע געפֿינען פֿאַרשיידענע געדאַנקען, וואָס קומען אין סתּירה מיט דער דאָזיקער סטערעאָטיפּישער שיטה.
אין אַ גאַנצער ריי מדרשים און אַנדערע באַקאַנטע קוואַלן, שטייט געשריבן, אַז משיח איז געבוירן געוואָרן, ווען דער בית־המיקדש איז נאָך געשטאַנען. גלײַך נאָכן חורבן־בית־המיקדש האָט אים אָבער דער אייבערשטער אַוועקגעטראָגן לעבעדיקערהייט אויף יענער וועלט, אַזוי ווי אליהו הנבֿיא. לויט דער דאָזיקער טראַדיציע, וואַרט איצט מלך־המשיח אין גן־עדן אויף דער געלעגנהייט זיך צו אַנטפּלעקן ווידער אין אונדזער וועלט און ברענגען די גאולה. אינעם „זוהר‟ ווערט פּרטימדיק באַשריבן די מיסטישע „נעסט‟, „קן־ציפּור‟, וווּ דער גואל־צדק לעבט הײַנט אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם גן־עדן.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון דער דאָזיקער לעגענדע האָבן צומאָל דווקא גאָר אַ שאַרפֿן אַנטי־קריסטלעכן טעם. עס שטייט געשריבן, צום בײַשפּיל, אַז דער אמתער משיח איז מיסטיש פֿאַרבונדן מיט רוים, ווײַל ער דאַרף אַהין אַראָפּקומען, כּדי צו צעשטערן אַלע קלויסטערס, וואָס די פֿאַלשע קריסטלעכע „משיחיסטן‟ האָבן דאָרטן אויפֿגעשטעלט.
די טעמע פֿון משיחס לייד ווי אַ כּפּרה פֿאַר די אַנדערע מענטשן איז אויך אַ פֿאַרשפּרייטע טעמע אין קבלה־ספֿרים, וואָס שילדערן אַ פֿאַרשאָלטענעם און אויסגעמוטשעטן משיח, וועלכער מוז זיך אויסבאַהאַלטן אויף אַ געוויסער צײַט פֿון די רדיפֿות פֿאַר זײַן ענדגילטיקער אַנטפּלעקונג. למשל, דער ספֿרדישער מקובל רבי אַבֿרהם בן אליעזר דערקלערט אין זײַן ספֿר „משרא קטרין‟, אַז משיח האָט מקבל געווען די גרעסטע ייִסורים, ציטירנדיק דעם קאַפּיטל 53 פֿונעם נבֿיא ישעיה, כּדי מכפּר צו זײַן די עבֿירות פֿונעם זינדיקן עם־ישׂראל.
הגם אַזאַ אימאַזש קאָן קלינגען ווי אַ כּמו־קריסטלעכער, איז דער דערמאָנטער מחבר, וועלכער איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע בעתן גירוש־ספֿרד, געווען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿונעם קריסטנטום. זײַנע ספֿרים זענען פֿול מיט אַפּאָקאַליפּטישע סצענעס פֿונעם חורבן, וואָס דער אמתער משיח מוז ברענגען, לויט זײַן מיינונג, כּדי צו באַשטראָפֿן די פֿאַרדאָרבענע אַנטיסעמעטישע קריסטלעכע אייראָפּע.
אינעם „זוהר‟ און אַ ריי אַנדערע באַקאַנטע קבלה־ספֿרים שטייט אויך געשריבן, אַז משיחס ייִחוס מעג שטאַמען נישט פֿון שלמה המלך, נאָר פֿון דודס זון נתן. אַדרבה, פֿאַרשיידענע משיחישע באַוועגונגען האָבן זיך צעפֿלאַקערט פֿון צײַט צו צײַט אין דער ייִדישער געשיכטע, ווײַל נישט אַלעמאָל האָבן ייִדן זיך געגריבלט אינעם ייִחוס פֿון אַזעלכע פּערסאָנאַזשן, ווי דוד אַלרוי אָדער שבתי צבֿי.
אַ סך מקובלים און חסידישע צדיקים האָבן דווקא נישט געגלייבט, אַז משיח וועט בוכשטעבלעך אויסבויען אַ נײַעם בית־המידרש. לויט פֿאַרשיידענע מדרשים, וועט דער נײַער בית־המיקדש פֿון אַ ריזיקן קאָסמישן פֿאַרנעם אַראָפּלאָזן זיך גרייטערהייט פֿון הימל. רבי יצחק ראַדווילער, אַ באַקאַנטער חסידישער צדיק, גייט נאָך ווײַטער און באַטאָנט, צי מע וועט בכלל דאַרפֿן האָבן אַ גשמיותדיקן בית־המיקדש אין דער משיחישער צוקונפֿט, ווען די גאַנצע וועלט וועט ווערן מלא־רוחניות.
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, איז כּדאַי צו דערמאָנען דעם „מיסטישן ייִדישיזם‟ פֿונעם ווילעדניקער רבי, וועלכע שרײַבט אין זײַן ספֿר „שארית־ישׂראל‟, אַז ווען ייִדן רעדן דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש, שטעלן די מלאָכים צונויף די אבֿרים פֿון משיח־צדקנו אין גן־עדן. ייִדיש איז נישט אַ „גלות־זשאַרגאָן‟, נאָר אַ מעכטיקער מיטל צו פֿאַרקערפּערן די משיחישע גאולה. אַ סך מענטשן אויף אַלע צדדים פֿונעם הײַנטיקן ייִדיש־קריסטלעכן דיאַלאָג וואָלט פֿאַרחידושט, אַז אין דער חסידישער אוקראַיִנע האָבן ייִדן יאָ געגלייבט אין דער צווייטער אַנטפּלעקונג פֿונעם איבערנאַטירלעכן הימלישן משיח, אָבער זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געשטאַלט פֿונעם היימישן ייִדיש־רעדנדיקן ייִד רב מנחם בן חזקיה. אַזאַ נאָמען פֿונעם אמתן גואל־צדק פֿיגורירט כּסדר אין אונדזער משיחישער טראַדיציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.